language access

ניו יארק סיטי העלט דעפארטמענט סערוויסעס

ברוכים הבאים צו די ניו יארק סיטי דעפארטמענט פון געזונט און גייסטיק היגיענע (New York City Department of Health and Mental Hygiene). מיר ארבעטן שווער צו באשיצן און שטיצן דאס געזונטהייט פון ניו יארקער פון יעדן אפשטאם. מיר שטעלן צו סערוויסעס פאר נידריג קאסט ביז פריי פון אפצאל אין מערערע שפראכן, אפגעזען פון אייער פינאנציעלע אדער אימיגראציע סטאטוס.

ביטע זעט אונטן פאר א קורצע איבערזיכט פון העלט דעפארטמענט סערוויסעס. רופט 311 פאר נאך אינפארמאציע אין אייער שפראך, אריינגערעכנט אפיס און קליניק שטונדן.

שפראך סערוויסעס

איר האט דעם רעכט צו באקומען סערוויסעס אין אייער שפראך. מיר זענען געטריי צוצושטעלן סערוויסעס אין פיל שפראכן, אריינגערעכנט שריפטליכע איבערזעצונג און פערזענליכע אדער טעלעפאנישע דאלמעטשונג.

פרינט אדער דאונלאוד'ט דעם "איך  רעד" קארטל (PDF).

ביים באזוכן דעם העלט דעפארטמענט אדער אנדערע סיטי אגענטור, צייגט דעם קארטל פאר א שטאב מיטגליד. ער אדער זי וועט רופן א דאלמעטשער פאר אייך. שפראך סערוויסעס זענען פריי פון אפצאל ביי אלע ניו יארק סיטי אפיסעס און קליניקס.

ווי אזוי צו דורכגיין אונזער וועבזייטל מיט Google Translate+

רוב פונעם אינהאלט אויף דעם וועבזייטל איז אין ענגליש. דער בלאט רעכנט אויס די הויפט העלט דעפארטמענט סערוויסעס, און איר קענט רופן 311 אדער באזוכן איינע פון אונזערע לאקאציעס פאר נאך אינפארמאציע אין אייער שפראך.

צו באזוכן דעם וועבזייטל נוצנדיג דעם Google Translate פונקציע:

  1. פון סיי וועלכן בלאט, קליקט אויף Translate ביים אויבערשטן רעכטן ווינקל צו זען א ליסטע פון אוועילעבל שפראכן.
  2. קליקט אויף אייער שפראך עס אויסצואוועלן. די ווערטער פונעם וועבפעידזש וועלן זיך טוישן, אבער טייל בילדער וועלן נישט.

ביטע באמערקט אז די Google Translate פונקציע איז אן אויטאמאטישע קאמפיוטער איבערזעצונג און איז נאר בערך דעם וועבזייטל'ס אריגינעלע אינהאלט. די העלט דעפארטמענט גאראנטירט נישט די פונקטליכקייט פון איבערזעצונגען דורך Google Translate.

אויב האט איר סיי וועלכע פראגעס, באמערקונגען אדער זארגן, ביטע רופט 311.

באהאלט


געזונטהייט פראגראמען און סערוויסעס

געבורט און טויט סערטיפיקאטן און אימיניזאציע רעקארדס+

די העלט דעפארטמענט פראדוצירט און מאכט ענדערונגען צו געבורט סערטיפיקאטן און טויט סערטיפיקאטן. די העלט דעפארטמענט'ס סיטיווייד אימיוניזאציע רעדזשיסטרי גיט אויך ארויס אימיויניזאציע רעקארדס. רופט 311 געוואר צו ווערן מער.

פאר אינפארמאציע ווי אזוי צו באשטעלן א געבורט סערטיפיקאט (PDF), קליקט דא (PDF).

באהאלט

נידריג-קאסט ביז אומזיסטע געהיימע קליניקס+

די העלט דעפארטמענט קליניקס שטעלן צו אימיוניזאציע און געשלעכטליכע געזונטהייט סערוויסעס און אומזיסטע טובערקולאזיס (tuberculosis, TB) סערוויסעס. רופט 311 פאר אינפארמאציע איבער שעות און סערוויסעס.

אימיוניזאציע קליניק
קליניקאדרעס
Fort Greene 295 Flatbush Ave.Ext., Brooklyn, 11201
געשלעכטליכע געזונטהייט קליניק
קליניקאדרעס
Central Harlem 2238 5th Ave., Manhattan, NY 10037
Manhattanville Renaissance 21 Old Broadway, Manhattan, NY 10027
Riverside 160 W 100th St., Manhattan, NY 10025
Morrisania 1309 Fulton Ave., Bronx, NY 10456
Crown Heights 1218 Prospect Pl., Brooklyn, NY 12213
Fort Greene 295 Flatbush Ave. Ext., Brooklyn, NY 11201
Corona 34-33 Junction Blvd., Jackson Heights, NY 11372
Jamaica 90-37 Parsons Blvd. 1st Fl., Jamaica, NY 11432
טובערקולאזיס (TB) קליניקס
קליניקאדרעס
Morrisania 1309 Fulton Ave., Bronx, NY 10456
Fort Greene 295 Flatbush Ave. Ext., Brooklyn, NY 11201
Washington Heights 600 W. 168th St., 3rd Fl., Manhattan, NY 10032
Corona Chest Center 34-33 Junction Blvd., 2nd Fl., Queens, NY 11372

*פאר TB אונטערזוכונג און באהאנדלונג סערוויסעס אויף סטעטן איילענד, באזוכט די H+H Stapleton Family Health Center אויף 111 Canal St., Staten Island, 10301.

באהאלט

העלט אינשורענס איינשרייבונג סערוויסעס+

די העלט דעפארטמענט'ס סערטיפייד אפליקאציע ראטגעבער קענען אייך העלפן פארשטיין אייערע העלט אינשורענס אויסוואלן און איינשרייבן אין די Medicaid, Child Health Plus, Essential Plan, אדער א פריוואטע פלאן. הילף איז אוועילעבל אומגעוואנדען אין אייער פינאנציעלע אדער אימיגראציע סטאטוס. מענטשן וואס זענען 65 יאר און עלטער, און די וועלכע וואוינען מיט א דיסאביליטי און\אדער זענען זע-קראפט באגרעניצט קענען באקומען אומזיסטע פערזענליכע הילף זיך איינצושרייבן אין Medicaid און באקומען הילף מיטן דעקן Medicareקאסטן. באזוכט א סערטיפייד אפליקאציע ראטגעבער אדער רופט 311 פאר מער אינפארמאציע.

איר און אייער פאמיליע קענען קוואליפיצירן פאר נידריג-קאסט אדער אומזיסטע העלט אינשורענס און באהאנדלונג אויסוואלן אפגעזען פון אייער אימיגראציע סטאטוס אדער פעאיגקייט צו באצאלן.קליקט דא (PDF) אויסצוגעפינען מער.

געפינט א סערטיפייד אפליקאציע ראטגעבער

מען קען אריינשפאצירן, אבער אפוינטמענטס זענען רעקאמענדירט. אפן מאנטאג ביז פרייטאג פון 8:30 a.m. ביז 4:30 p.m.

Manhattan
לאקאציעפארבינדונגס אינפארמאציע
Washington Heights Health Center, 600 West 168th Street, Basement, New York, NY 10032 212-491-1661, 212-491-4453, 212-694-2399, 212-368-5717
Riverside Health Center, 160 West 100th Street, 1st Floor, New York, NY 10025 646-364-0711, *נאר מיט אפוינטמענט
Bronx
לאקאציעפארבינדונגס אינפארמאציע
Tremont Health Center, 1826 Arthur Avenue, Basement, Bronx, NY 10457 718-466-8844
Brooklyn
לאקאציעפארבינדונגס אינפארמאציע
Fort Greene Health Center, 295 Flatbush Avenue Extension, 5th Floor, Brooklyn, NY 11201 718-643-4463, 718-643-4467, 718-643-3410
Crown Heights Health Center, 1218 Prospect Place, 1st Floor, Brooklyn, NY 11213 718-953-8234, 718-953-8232, 718-953-8233
Homecrest Health Center, 1601 Avenue S, 1st Floor, Brooklyn, NY 11229 718-3360-2553 (ext. 129, 144, 150)
Queens
לאקאציעפארבינדונגס אינפארמאציע
Corona Health Center, 34-33 Junction Boulevard, 1st Floor, Jackson Heights, NY 11372 718-476-7101, 718-476-4579, 718-476-7103
Jamaica Health Center, 90-37 Parsons Boulevard, 4th Floor, Jamaica, NY 11432 718-262-5512, 718-262-5581
Staten Island
לאקאציעפארבינדונגס אינפארמאציע
135 Canal Street, 2nd Floor, Staten Island, NY 10301 917-217-3324, *נאר מיט אפוינטמענט

באהאלט

כראנישע קראנקהייט פארמיידונג+

א כראנישע קראנקהייט איז א לאנג-דויערנדע צושטאנד, אזוי ווי אסטמא, צוקער קראנקהייט און הויכע בלוט דרוק. כראנישע קראנקהייטן קענען ווערן קאנטראלירט דורכן ארבעטן מיט אייער דאקטער, עסן געזונט, מאכן איבונגען און נעמען מעדיצינען. די העלט דעפארטמענט שטעלט צו סערוויסעס און הילפסמיטלען צו העלפן ניו יארקער פארמיידן אדער פארוואלטן זייער קראנקהייט. רופט 311 צו טרעפן א דאקטער, אדער פאר אינפארמאציע איבער נידריג-קאסט צו אומזיסטע העלט אינשורענס.

באהאלט

הילף מיטן אויפהערן רויכערן+

די העלט דעפארטמענט ארבעט אינאיינעם מיטן ניו יארק סטעיט Smokers’ Quitline (רויכערער'ס קוויטליין) צוצושטעלן אומזיסטע סערוויסעס, אזוי ווי מעדיצינען, באראטונג און גרופע סופארט וואס קען אייך העלפן אויפהערן רויכערן. פאר מער אינפארמאציע און ריסאורסעס אויף אויפהערן רויכערן, רופט 311.

באהאלט

טשיילד קעיר+

די העלט דעפארטמענט לייסענס'ד, רעגולירט און באקוקט טשיילד קעיר פראגראמען כדי צו באשיצן קינדער'ס געזונטהייט און זיכערהייט. נוצט דעם NYC Child Care Connect (טשיילד קעיר קאנעקט) סערוויס (אוועילעבל אין ענגליש) צו זוכן ערלויבטע טשיילד קעיר פראגראמען, אריינגערעכנט טשיילד קעיר צענטערן, שולע באזירטע טשיילד קעיר און זומער קעמפס. איר קענט אויך פארגלייכן אייער צענטער צו אנדערע דורכאויס דעם סיטי און\אדער זיך איינשרייבן פאר אומזיסטע טעקסט און אימעיל מעסעדזשעס (אוועילעבל אין ענגליש און שפאניש) צו באקומען אפדעיטס איבער אייער טשיילד קעיר פראוויידער. רופט 311 פאר מער אינפארמאציע.

פאר אנווייזונג אויף אויסוועלן טשיילד קעיר אין ניו יארק סיטי, קליקט דא (PDF).

פאר אינפארמאציע איבער וואקסין פאדערונגען פאר עלטערן, באזוכט schools.nyc.gov.

באהאלט

נורס-פאמיליע פארטנערשיפ+

נורס-פאמיליע פארטנערשיפ איז א נורס היים באזוכונג פראגראם פאר פרויען וואס זענען טראגעדיג מיט זייער ערשטע קינד. נורס באזוכונגען גייען אן ביז דאס קינד איז 2 יאר אלט. דער פראגראם איז פארפליכטעט צו פארבעסערן דאס געזונטהייט, וואוילזיין און זעלבסטשטענדיגקייט פון נידריג-אינקאם ערשטמאליגע מאמעס און זייערע קינדער. רופט 311 פאר מער אינפארמאציע און אויסצוגעפינען אויב איר קוואליפיצירט.

באהאלט

נייגעבוירן היים באזוכונג פראגראם+

די נייגעבוירן היים באזוך פראגראם שטיצט ערשטמאליגע מאמעס און זייערע נייגעבוירענע קינדער אין די ערשטע פאר וואכן פונעם לעבן. א פובליק העלט פראפעסיאנאל באזוכט פאמיליעס אינדערהיים צו העלפן מיטן זייגן, צושטעלן געזונטהייט און זיכערהייט עצות און פארבינדן פאמיליעס מיט הילפסמיטלען. פאר מער אינפארמאציע, רופט 311.

באהאלט

שטיצע פאר קינדער מיט אנטוויקלונגס פארשפעטיגונגען אדער דיסאביליטיס+

די אוירלי אינטערווענשאן פראגראם שטעלט צו שטיצע פאר פאמיליעס מיט קינדער אונטער 3 יאר אלט וואס האבן אנטוויקלונגס פארשפעטיגונגען אדער דיסאביליטיס.

טייל קינדער קענען בעניפיטירן פון Developmental Monitoring, א פראגראם וואס איז געמאכט געווארן צו זען ווי אזוי קינדער אנטוויקלען זיך און וויפיל פארשריט זיין מאכן.

פאר מער אינפארמאציע איבער Early Intervention אדער Developmental Monitoring, רופט 311. סערוויסעס זענען אומזיסט פאר פאמיליעס, אפגעזען פון אינקאם אדער אימיגראציע סטאטוס.

באהאלט

פעט אייגנטומערשאפט+

די העלט דעפארטמענט גיבט ארויס הונט לייסענסעס און רעאגירט צו הונט ביסן און פעלער פון באשעפענישן מיט רעיביס. אין ניו יארק סיטי, דארפן אלע הונטלעך און קעצלעך באקומען זייער ערשטע רעיביס איינשפריץ אין עלטער פון צווישן 3 און 4 מאנאטן. די ניו יארק סיטי העלט קאוד פאדערט אויך אז אלע הונט אייגנטומער זאלן לייסענסן זייערע הונט און באהעפטן דעם לייסענס צעטל צו זייער הונט'ס קאלנער בשעת'ן זיין אין די עפנטליכקייט. קליקט דא זיך איינצוגעבן אדער באנייען אייער הונט לייסענס נוצדיג די וועב אפליקאציע (אוועילעבל אין ענגליש), פילט אויס דעם פארם אונטן, אדער רופט 311 צו פארלאנגען א פאפירענע קאפיע אויף פאסט.

קליקט דא (PDF) פאר אינפארמאציע איבער ווי אזוי זיך איינצוגעבן פאר א הונט לייסענס.

קליקט דא (PDF) צו דאונלאוד'ן די פאפירענע אפליקאציע.

באהאלט

עסנווארג זיכערהייט+

די העלט דעפארטמענט גיבט פערמיטס און רעגולירט עסנווארג סערוויס געשעפטן (food service establishments, FSE) און שטעלט צו טרענירונג און סערטיפיקאציע קורסן פאר רעסטוראנט אייגנטומער, מאביל עסנווארג פארקויפער און זופ קיך\זומער פיטערונג ארבייטער. די דעפארטמענט פירט אויך דורך אינספעקציעס אויף FSE אפעראציעס צו פארזיכערן אז זיי קומען נאך די עסנווארג סעיפטי פאדערונגען און דער ניו יארק סיטי העלט קאוד. פאר מער אינפארמאציע, רופט 311.

באהאלט

געזונטע היימען+

די העלט דעפארטמענט אונטערזוכט היימען צו פארמינערן ענווייראנמענטל געפארן, ספעציעל וואס זענען פארבינדן מיט בליי פארגיפטיגונג און אסטמא. עס פאראייניגט זיך אויך מיט געזונטהייט, האוזינג און קאמיוניטי באזירטע ארגאניזאציעס צוצושטעלן טרענירונג און טעכנישע הילף צו פארמינערן בליי געפארן און אסטמא טריגערס, אזוי ווי דשוקעס און מייז, אינעם היים.

געביידע אייגנטומער ווערן געפאדערט צו פאררעכטן מיט פארזיכטיגקייט שיילנדע פארב און האלטן די האוזינג ריין פון באשעפענישן. אויב איר זענט א טענענט, באריכט שיילנדע פארב אדער ראדענטס צו אייער געביידע אייגנטומער זאפארט. אויב אייער געביידע אייגנטומער פארריכט נישט דעם פראבלעם, רופט 311 אדער באזוכט nyc.gov/311.

באהאלט

קראנקהייט קאנטראל+

די העלט דעפארטמענט באאבאכט, קאנטראלירט און רעאגירט צו אנשטעקיגע קראנקהייטן און אויסברוכן, אזוי ווי אנטראקס און וועסט נייל ווירוס. פאר מער אינפארמאציע, רופט 311.

באהאלט

געזונט אַקציעס אין קוואַרטאַל+

די העלט דעפארטמענט'ס געזונט אַקציעס אין קוואַרטאַל זענען טייל פון ניו יארק סיטי'ס פלאן צו ברענגען מער געזונטהייט און קאמיוניטי סערוויסעס צו ניו יארקער. די עקשאן צענטערן וועלן זיך עפענען אין געגנטער מיט הויכע ראטעס פון צוקער קראנקהייט, הארץ קראנקהייט און אנדערע כראנישע קראנקהייטן. זיי וועלן אויך צושטעלן פלאץ פאר קאמיוניטי-באזירטע ארגאניזאציעס און העלט דעפארטמענט שטאב צו ארבעטן אינאיינעם צו רעדוצירן געזונטהייטן אומאייניגקייטן ביים געגנט שטאפל. פאר מער אינפארמאציע, רופט 311.

באהאלט

עסן געזונט און לעבן אקטיוו+

עסן געזונט און לעבן אקטיוו קען אייך העלפן פארלירן וואג, פארוואלטן סטרעס, האבן מער ענערגיע און שטעלן א גוטער ביישפיל פאר אייערע קינדער. דער העלט דעפארטמענט'ס ערנערונג פראגראמען און Health Bucks מוטיגן אלע ניו יארקער צו עסן נארהאפטיגע עסנווארג און בלייבן אקטיוו.

קליקט דא (PDF) פאר עצות אויף עסן געזונט און לעבן אקטיוו אין ניו יארק סיטי.

פאר מער אינפארמאציע איבער די העלט דעפארטמענט'ס נארשאפט פראגראמען, רופט 311.

באהאלט

Health Bucks+

Health Bucks זענען $2 קיופאנס וועלכע קענען גענוצט ווערן צו קויפן פרישע פרוכט און גרינצייג ביי אלע פארמער'ס מארקעטס אין NYC. אלע פארמער'ס מארקעטס וועלכע נעמען אן Supplemental Nutrition Assistance Program (SNAP) בענעפיטן וועלן געבן איין Health Buck פארן יעדן קונד פאר יעדע $5 וואס ווערט אויסגעגעבן נוצנדיג Electronic Benefits Transfer (EBT). פאר מער אינפארמאציע, רופט 311.

באהאלט

גייסטישע געזונטהייט+

די העלט דעפארטמענט שטרעבט צו מוטיגן גייסטישע געזונטהייט און צוטריט צו באהאנדלונג און קעיר פאר קינדער און ערוואקסענע מיט גייסטישע געזונטהייט אדער סובסטאנץ באנוץ פראבלעמען. אויב איר אדער עמיצער וועמען איר קענט דארף הילף, ווענדט זיך פאר הילף צו אייער פאמיליע און פריינט, אייער דאקטער, אדער א גייסטישע געזונטהייט פראפעסיאנאל. צו טרעפן א גייסטישע געזונטהייט פראפעסיאנאל, באזוכט nyc.gov/nycwell אדער רופט אייער העלט אינשורענס פלאן. אין אן עמערדזשענסי, רופט 911.

צו העלפן טרעפן סערוויסעס פאר אלקאהאל אדער אנדערע דראג באנוץ פראבלעמען, אינפארמאציע איבער איבערדאזע פארמיידונג, אדער ריינע איינשפריץ צוגעהער און אנדערע שטיצע, רופט 311.

באהאלט

געזונט בולעטין+

דער געזונט בולעטין איז די העלט דעפארטמענט'ס פירנדע אויסגאבע איבער געזונטהייט טעמעס וועלכע איז נוגע אלע ניו יארקער. רופט 311 צו פארלאנגען אן אומזיסטע קאפיע אין אייער שפראך אדער באזוכט nyc.gov/health/pubs. פאר אן אומזיסטע אימעיל סובסקריפשאן, אימעיל'ט healthbulletins@health.nyc.gov און שרייבט "שרייבט מיך איין צו באקומען נייע געזונט בולעטין (Sign me up to receive new Health Bulletins) אינעם סובדזשעקט ליניע.

באהאלט