[ View information about COVID-19 in English ]
קאוויד 19 טוט זיך יעצט שנעל פארשפרייטן און ניו יארק סיטי און איבער די גאנצע פאראייניגטע שטאטן. וואס איר דארפט וויסן וועגן קאוויד 19(PDF)
דער נומער פון נייע קאוויד 19 פאלן אין NYC האט זיך שנעל געהויבן און איז יעצט אויף א שטאפל וואס מיר האבן נישט געזען זייט אפריל.
מענטשן מיט פונדאמענטאלע געזונט אומשטאנדן, ווי אויך די וואס וואוינען אדער באדינען די מענטשן, דארפן זיך יעצט מער באווארענען.
די קאנסאלטאטיוו גייט אן פאר א ברייטן-גרייך פון ניו יארקער, אזוי ווי פאר מענטשן וואס זענען 65 יאר אלט און מענטשן מיט פונדעמענטאלע צושטאנדן, אריינגערעכנט רייכערן, מין-2 צוקערקרענק, און איבערוואג, צווישן אנדערע. עס גייט אויך אן פאר די וואס וואוינען מיט אדער גיבן זיך אפ זיך מיט די מענטשן.
די ערשטע קאוויד 19 וואקסינען זענען באשטעטיגט געווארן פאר עמערדזשענסי באניץ, אבער עס קען מעגליך זיין עס וועט נישט זיין צום באקומען פארן אלגעמיינעם ציבור ביז אין מיטן 2021
וואקסינען וועלן זיין וויכטיגע געצייג צו פארמיידן די פארשפרייטונג פון קאוויד 19.
דער וואקסין וועט ארבעטן פאר מערסטנס מענטשן, אבער עס וועט נישט ארבעטן פאר יעדן. מיר ווייסן נאך נישט ווי לאנג די באשיצונג וועט אויסהאלטן. מיר ווייסן אויך נישט צו אדער ווי אפט איר וועט דארפן ווערן נאכאמאל וואקסינירט.
אפילו נאכדעם וואס איר זענט וואקסינירט, וועט איר נאך אלץ דארפן פראקטיצירן די וויכטיגע קאוויד 19 פארהיטונגס שריט :(PDF) בלייבט אינדערהיים אויב קראנק, וואשט אייערע הענט, טראגט א פנים-צודעק, און האלט אן פיזישע דערווייטערונג פון אנדערע.
קאוויד 19 וואקסינאציע וועט מעגליך נישט זיין ברייט צו באקומען פארן אלגעמיינעם ציבור ביז מיט-2021.
דער וואקסין וועט אנקומען אין פאַזעס. עס וועט קודם ווערן אנגעבאטן פאר מענטשן וואס ארבעטן אין העלט קעיר און זענען מער איינגעשטעלט צו באקומען קאוויד 19. דאס רעכענט אריין מענטשן וואס נעמען קעיר פון קאוויד 19 פאציענטן אדער ארבעטן אין געגנטער פון א פאסיליטי ווי קאוויד 19 פאציענטן ווערן באקוקט. דער וואקסין וועט אויך ווערן אנגעבאטן פאר ערשטע-אפרופערס און איינוואוינער פון מושב זקינימס מיט זייער שטאב.
דער וואקסין וועט מן הסתם זיין צום באקומען פאר די פאלגנדע קומענדיגע גרופעס:
ווען עס זענען פארהאן גענוג וואקסין דאזעס, וועט עס זיין צום באקומען פאר אלע ניו יארקער.
איר וועט מן הסתם קענען באקומען דעם וואקסין אויף די זעלבע פלעצער ווי איר באקומט וואקסינאציעס געווענליך, אזוי ווי:
טייל קאוויד 19 טעסטיג ערטער און קאמיוניטי סעזאן ערטער קענען אויך צושטעלן וואקסינען.
די וואקסינען וואס זענען יעצט אויף פראבע זענען נאך נישט שטודירט געווארן אויף קינדער אונטער 16 יאר אלט. וועט נישט זיין צו באקומען פאר גרופעס די עלטער ביז עס וועט זיין מער אימפארמאציע.
דער העלט דעפארטמענט וועט פארזיכערן א יושר'דיגע און גערעכטיגטע צוגאנג צו א וואקסין. אונדזער פלאן נעמט אין באטראכט געזונט אומרעכטן און נישט גלייכקייטן קעגן קאמיוניטיס וואס האבן זיך נישט פארדינט (PDF). מיר וועלן זיכער מאכן אז די קאמיוניטיס וואס האבן געליטן די מערסטע פון דעם פאנדעמיע זאלן האבן צוטריט צום וואקסין.
דער FDA גיט אכטונג אויף דער הסכמה פאר וואקסינען. ער האט ארויסגעגבן פארזיכערונג און ווירקעוודיקייט פאר קאמפאניס וואס ארבעטן אויף א וואקסין. לויט ווי דער דירעקטיוו טוט קלאר מאכן, די קאוויד 19 וואקסינען וואס ווערן אנטוויקלט און אין די פראבעס מוזן אויספאלגן די זעלבע שטרענגע פארזיכערונגס געזעצן אזוי ווי אן אנדער וואקסין.
דער FDA וועט נאר ערלויבן עמערדזשענסי באניץ אויטעריזאציע אויב ער באשטעטיגט אז די בענעפיטן וועגן איבער די פאטענציעלע ריזיקעס.
באאמטע וועלן ווייטער אויפפאסן די זיכערקייט פון די וואקסינען נאכדעם וואס זיי זענען צום באקומען.
אנגייענדיגע פראבעס פון קאוויד 19 וואקסינען האבן באריכט צו מערסטנס מילדע ביז געמעסיגטע סימפטאמען נאכן וואקסינירן, ווי אויך פיבער, קערפער ווייטאג און אנגעריסן ביים ארט פון איינשפריץ. דער וואקסין קען אייך נישט געבן קאוויד 19.
אין זעלטענע פאלן, קענען מענטשן האבן אן ערענסטע אלערגישע רעאקציע צום וואקסין. אויב איר האט געהאט אן אלערגישע רעאקציע צו אנדערע וואקסינען אין דער פארגאנגענהייט, אדער איר מיינט אז איר וועט אפשר האבן אן אלערגיע צו אינגרעדיענטן אינעם קאוויד 19 וואקסין, רעדט מיט אייער העלט קעיר פראוויידער פארן ווערן וואקסינירט.
געגנטער פון דער שטאט זענען דעזיגנירט געווארן אלץ רויט, אראנדזש אדער געלע זאנעס לויט זייערע נומערן פון פאלן, און יעדע סארט זאנע האבן אנדערע באגרעניצונגען.
לערנט מער הינטן וואס די באגרעניצונגען מיינען פאר אייך.
פארמיידט אינעווייניקע אקטיוויטעטן און שטייט אוועק פון גרויסע גרופעס דורך זיך צוזאמענהאלטן מיט א מצומצם'דיגע גרופע פון פריינד און פאמיליע – אייער פאנדעמיע ''סאציאלע קרייז''. אויב איר דארפט יא ארויסגיין נעמט אן די באווארענונגען:
ווען איר פארט ארויס:
פארן בשעת קאוויד 19 (PDF)
ארויספארן בשעת קאוויד 19 פליבלעטל/a> (PDF)
ווען איר פייערט די חגאות:
טיפן פאר א זיכערער חגא סעזאן (PDF)
ווען איר גייט איינקויפן:
נאך טיפן ווגען זיך צוזאמענקומען.
פארן צו דער ארבעט זיכערערהייט בשעת קאוויד 19 פאבליק העלט עמעדזשענסי (PDF)
טיפן וועגן צוזאמענקומען זיכערערהייט (PDF)
ווי אזוי צו פראטעסטירן זיכערעהייט בשעת'ן קאוויד 19 עפידעמיע (PDF)
פאר אינפארמאציע וואס אייגנטימערס פון געשעפטן דארפן וויסן, זעט קאוויד 19: הדרכה פאר געשעפטן.
בלייבט אינדערהיים אויב איר זענט קראנק
גייט ארויס נאר פאר נייטיגע מעדיצינישע הילף אדער אנדערע נייטיגע געברויכן.
האלט אן א פיזישע דיסטאנץ
האלט אייך כאטש 6 פיס אוועק פון אנדערע מענטשן.
האלט אייערע הענט ריין
וואשט אייערע הענט אפט מיט זייף און וואסער. נוצט האנט סאניטייזער אויב ס'איז נישטא קיין זייף און וואסער.
טראגט א פנים-צודעק
איר קענט זיין אנשטעקיג אן קיין סימפטאמען. פארזיכערט יענע ארום אייך דורך טראגן א פנים-צודעק.
אויב איר זענט איינגעשטעלט פאר אן ערענסטע קראנקהייטפון קאוויד 19, זאלט איר אלץ בלייבן אינדערהיים ווי ווייט מעגליך.
אלע ניו יארקער זאלן באקומען א קאוויד 19 ווירוס (דיאגנאסטישע) טעסט, צו זיי האבן יא אדער האבן נישט קיין סימפטאמען אדער זענען אין א הויכע ריזיקע. טעסטן זענען אומזיסט.קאוויד 19 טעסטינג: אפט געפרעגטע פראגעס (PDF)
איר וועט נישט געפרעגט ווערן וועגן אייער אימיגראציע סטאטוס. קאוויד 19 און הילף סערוויסעס זענען נישט קיין פאבליק בענעפיט לויטן זיין דעם פאבליקס עול (PDF).
איר זאלט באשטעלן א טעסט ווי שנעל מעגליך אויב איר:
אויב דער רעזולטאט פונעם טעסט איז נעגאטיוו, רעדט מיט אייער האלט קעיר פראוויידער צו איר זאלט נאכאמאל ווערן געטעסט די נעקסטע וואך.
העלט קעיר ארבעטער, אנדערע נייטיגע ארבעטער און ארבעטער וואס האבן א פערזענליכן קאנטאקט מיט מענטשן אלס טייל פון זייער ארבעט, דארפן ווערן געטעסט איין מאל א חודש.
מענטשן וואס זענען נישט קיין נייטיגע ארבעטער דארפן נישט ווערן געטעסט אזוי אפט. אויב איר ארבעט אינדערויסן פון שטוב, אדער איר וואוינט אדער ארבעט אין א פארזאמעלטע פיקסירונג, זאלט איר כסדר ווערן געטעסט.
איר זאלט ווערן געטעסט פארן באזוכן איינעם וואס קען מעגליך זיין אין א פארגרעסערטע ריזיקע פאר ערענסטע קאוויד 19. אויב איר זענט פאזיטיוו, ווייזט ארויס סימפטאמען אדער זענט לעצטענס געווען אין נאנטן קאנטאקט מיט איינעם וואס האט קאוויד 19, זאגט אפ דעם באזוך.
איר זאלט נישט ווערן ווידער געטעסט פאר קאוויד 19 אינעווייניג פון 90 טעג נאכדעם וואס אייערע סימפטאמען האבן זיך אנגעפאנגען אדער, אויב איר האט נישט געהאט קיין סימפטאמען, פונעם דאטום וואס איר זענט געטעסט געווארן.
איר זאלט נישט ווערן ווידער געטעסט פאר קאוויד 19 אינעווייניג פון 90 טעג נאכדעם וואס אייערע סימפטאמען האבן זיך אנגעפאנגען אדער, אויב איר האט נישט געהאט קיין סימפטאמען, פונעם דאטום וואס איר זענט געטעסט געווארן. א מענטש וואס האט זיך אויסגעהיילט פון קאוויד 19 קען מעגליך האבן א פאזיטיווע טעסט רעזולטאט אפילו ווען ער איז שוין נישט אנשטעקיג.
אויב איר פילט קראנק, האט סימפטאמען פון קאוויד 19, אדער זענט געווארן דיאגנאזירט מיט קאוויד 19, בלייבט אינדערהיים. גייט נאר ארויס פון שטוב ווען איר דארפט האבן נייטיגע מעדיצינישע הילף אדער פון גרונטיגע באדארפענישן, אזוי ווי גראסערייען, און האט נישט קיין אנדער וועג דאס צו באקומען.
אויב איר האט איינע פון די פאלגענדע סימפטאמען, איז עס א מעדיצינישע עמערדזשענסי. גייט צו אן עמערדזשענסי רום אדער רופט זאפארט 911:
אויב איר נויטיגט זיך אין א העלט קעיר פראוויידער, קאנטאקט NYC געזונט + שפיטעלער 844-692-4692 אדער 311. איר וועט באקומען קעיר נישט קוקנדיג אויף אימיגראציע סטאטוס אדער מעגליכקייט צו באצאלן. NYC געזונט + שפיטעלער אדער קאמיוניטי געזונט צענטערס וועלן אייך נישט פרעגן וועגן אייער אימיגראציע סטאטוס, און טיילן זיך נישט מיט אינפארמאציע פון פאציענטן מיט קיינעם און קיין שום ארגאניזאציעס – חוץ אז דער פאציענט באשטייט.
שטופט נישט אפ באקומען די מעדיצינישע הילף וואס איר דארפט. קאנטאקט אייער פראוויידער שנעל וועגן נייע סימפטאמען וואס איר שפירט, צי איר טראכט אדער נישט אז דאס האט האט א שייכות מיט קאוויד 19.
איר זאלט אויך מאכן א רגילות צו ווערן אונטערזוכט און געסקרינט, און באקומט מסודר'דיגע וואקסינאציעס פאר אייך און אייערע קינדער.
סימפטאמען און וואס צו טון ווען איר זענט קראנק
מענטשן מיט קאוויד 19 האבן איבערגעגעבן א ברייטן פארנעם פון סימפטאמען, דער גרייך פון מילד ביז ערענסטע קרענק. טייל מענטשן האבן אינגאנצן נישט קיין סימפטאמען.
סימפטאמען קענען זיך באווייזן צוויי ביז 14 טאג נאכן ווערן אנגעשטעקט פונעם ווירוס. מענטשן מיט די פאלגענדע סימפטאמען קעמען האבן קאוויד 19:
די ליסטע רעכענט נישט אויס אלע מעגליכע סימפטאמען.
מערסטנס מענטשן מיט קאוויד 19 האבן מילדע ביז מעסיגע סימפטאמען און היילן זיך אליין אויס. נישט אזוי אפט, קען קאוויד 19 צוברענגען צו א לונגען ערצינדונג, אנדערע ערענסטע קאמפליקאציעס, גיין אין שפיטאל אדער טויט.
אויב איר האט מילדע ביז מעסיגע סימפטאמען, בלייבט אינדערהיים. גייט נישט ארויס פון שטוב נאר צו באקומען נייטיגע מעדיצינישע הילף (ווי אויך צו ווערן געטעסט פאר קאוויד 19) אדער צו באקומען גרונטיגע באדארפענישן, אזוי ווי גראסערייען, און האט נישט קיין אנדער וועג דאס צו באקומען.
איר קענט פארלאזן אייער שטוב פאר נייטיגע צוועקן ווען די אלע פאלגענדע ווערן מקוים:
מענטשן מיט א גרעסערע ריזיקע פאר ערענסטע קראנקהייט
אן ערענסטע קראנקהייט מיינט אז דער מענטש מיט קאוויד 19 קען מעגליך דארפן גיין אין שפיטאל, אינטענסיווער הילף, אדער א ווענטילאטאר זיי צו העלפן אטעמען, אדער זיי קענען אפילו שטארבן. מענטשן וואס זענען איינגעשטעלט פאר אן ערענסטע קראנקהייט דארפן ספעציעל אכטונג געבן צו קאנטראלירן זייער געזונט.
צווישן דערוואקסענע, טוט זיך די ריזיקע פאר ערענסטע קראנקהייט פון קאוויד 19 פארמערן לויטן עלטער, די עלסטע דערוואקסענע זענען אויף דער העכסטער ריזיקע. צום ביישפיל, מענטשן אין זייער פופציגע יאר עלטער זענען מער איינגעשלט פאר אן ערענסטן קרענק ווי מענטשן אין זייער פערציגע יאר עלטער. ענלעך, מענטשן אין זייער 60ער אדער 70ער יארן זענען, אין אלגעמיין, אין א העכערן ריזיקע פאר ערנסטע קראנקהייטן ווי מענטשן אין זייער 50ערס.
דערצו, מענטשן אין סיי וואָסער עלטער מיט איינע פון די פאלגענדע גרונטע געזונט פראבלעמען זענען אין א העכערן ריזיקע פון ערענסטע קרענק פון קאוויד 19:
מיר לערנען זיך נאך אלץ וועגן קאוויד 19, און עס קען זיין אז אנדערע געזונט פראבלעמען וואס פארמערן די ריזיקע פון אן ערענסטע קראנקהייט. לויט וואס מיר ווייסן אין דעם מאמענט, מענטשן וואס ליידן אויף די פאלגענדע מצבים קענען אויך זיין איינגעשטעלט פאר אן ערענסטע קראנקהייט פון קאוויד 19:
אויכעט, קינדער וואס זענען מעדיציניש קאמפליצירט, וואס האבן נוראלאגישע, גענעטישע אדער מעטאבאלישע פראבלעמען, אדער וואס זענען געבוירן מיט הארץ פעלער קענען זיין אין א גרעסערע ריזיקע פאר אן ערענסטע קרענק פון קאוויד 19 אין צוגלייך צו אנדערע קינדער.
גייסטישע געזונט און באניץ פון נארקאטיקס
דער קאוויד 19 פאנדעמיע האט גורם געווען ניו יארקער דערדריקונג, עמאציאנעלע אויסשעפונג, און שרעק. אזוי ווי איר טוט ווייטער שיצן אייער געזונט און קאמיוניטי, איז אויך וויכטיג צו שיצן אייער גייסטישע געזונט און אין זינען האבן אייער אלקאהאל און נארקאטיקס באניץ.
בשעת די אנגייענדיגע צייט פון אומזיכערקייט, קענען מיר אלע פילן איבערגענומען פון צייט צו צייט. עס זענען פארהאן געצייג און שטיצע אייך צו העלפן זיך אן עצה געבן.
די רעסורסן אונטן קען אייך העלפן פארלייכטערן די עפעקטן פון דרוק און טראומע.
קאוויד 19: בלייבן פארבונדן מיט פריינד און משפחה (PDF)
זיך אן עצה געבן מיט דרוק אין אן אויסבראך פון אן אנשטעקיגע קרענק (PDF)
צי איז עס אנגסט, א פאניק אטאקע אדער קאוויד 19? (PDF)
פאסירונגען פון אנגסט קען אפעקטירן ווי אזוי מענטשן נוצן נארקאטיקס.
מענטשן קענען זיך באניצן מיט אלקאהאל און אנדערע נארקאטיקס, זיך צו ראנגלען מיט טראומע, עגמת-נפש, פארלוסט פון הכנסה אדער פון נישט האבן וואס צו טון ארויסקומענדיג פון קאוויד 19 פאנדעמיע. עס קען אויך זיין א גרעסער ריזיקע פון איבערדאזע צווישן מענטשן וואס נוצן דראגס, ספעציעל די וואס באניצן זיך מיט העראין אדער אנדערע אפיאוידס.
זיכערער דראג און אלקאהאל באניץ ווען אין איזולאציע אדער אין א קוואראנטין פיקסירונג (PDF)
קאוויד 19: הדרכה פאר מענטשן וואס נוצן דראגס (PDF)
ווי אזוי צו באקומען אפיאויד קרומבאניץ היילונג אינדערהיים בעת דער קאוויד 19 פאנדעמיע (PDF)
דיסקרימינאציע און טשעפען
אויב איר ווערט געטשעפעט צוליב אייער ראסע, אפשטאם לאנד אדער אנדערע אידענטישקייטן, רופט 311 אדער דערלאנגט א תביעה אנליין.