פאַקס פון פאַקס פון COVID-19

[ View COVID-19 vaccine facts in English ]

דריי קאוויד-19 וואַקסינען זענען דא צו באקומען אין די פאראייניגטע שטאטן: פייזער-בייאָוענטעק, מאָדערנא, און דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן/דזשענסען (דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן). די וואַקסינען זענען אויפגעוויזן געווארן צו זיין זייער זיכער און ווירקזאם ביים באשיצן מענטשן פון ערנסטע קאוויד-19 קרענק, האספיטאליזאציע און טויט ח"ו. הונדערטע מיליאנען דאזעס פון די וואַקסין זענען שוין געגעבן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן.

די וואַקסינען זענען די בעסטע שוץ וואס מיר האבן קעגן קאוויד-19. נישט קיין חילוק ווי אלט איר זענט קען קאוויד-19 פירן צו האספיטאליזאציע, לאנג־טערמיניגע געזונטהייט פראבלעמען און טויט ח"ו. אפילו אויב איר האט געהאט קאוויד-19, איז עס נאכאלץ וויכטיג צו וואַקסינירט ווערן וויבאלד עס פארקלענערט די סכנה פון באקומען קאוויד-19 נאכאמאל, און עס קען פארמיידן פון אייך עס צו פארשפרייטן צו אנדערע.

וואַקסינירט ווערן באשיצט אויך אייערע ארומיגע, באזונדערס מענטשן וועלכע זענען נאכנישט וואַקסינירט געווארן, ווי למשל קינדער. וואַקסינאציע, צוזאמען מיט אנדערע מיטלען וואס מיר נעמען אונטער צו פארמיידן די פארשפרייטונג, קען אונז העלפן צו ברענגען א סוף צו די קאוויד-19 פובליק געזונטהייט עמערדזשענסי.

פאלגנד איז אינפארמאציע וועגן די וואַקסינען, אריינרעכענענדיג וויאזוי זיי ארבעטן, ווען און וואו צו וואַקסינירט ווערן און וואס צו ערווארטן ווען איר ווערט וואַקסינירט.

וואַקסינירט ווערן

יעצט בארעכטיגט

מענטשן פון 12 יאר און עלטער זענען בארעכטיגט פאר וואַקסינאציע. מענטשן פון 12 ביז 17 יאר אלט קענען נאר באקומען די פייזער וואַקסין.

שטודיעס גייען ווייטער אן אויף אלע דריי וואַקסינען צו זעהן אויב זיי זענען זיכער און ווירקזאם פאר קלענערע קינדער.

וואו צו וואַקסינירט ווערן

וואַקסינען זענען דא צו באקומען אין טייל שפיטעלער, קאמיוניטי קליניקס, אין פארמאסיס און ביי וואַקסינאציע פלעצער אנגעפירט דורך די סיטי אדער דורך די סטעיט. פילע פלעצער, אריינרעכענענדיג אלע וואס ווערן אנגעפירט דורך די סיטי, ערלויבן יעצט אריינצוקומען פאר וואַקסינאציע אָן אַן אפּוינטמענט, און אסאך אנדערע פלעצער האבן אפּוינטמענטס אויפן זעלבן טאג. פרעגט אויך אן ביי אייער דאקטאר אדער לאקאלע פארמאסי צו זעהן אויב זיי שטעלן צו וואַקסינאציע.

צו טרעפן א וואַקסינאציע פלאץ:

  • באזוכט די NYC Vaccine Finder (NYC וואַקסין טרעפער). איר קענט זוכן א פלאץ לויט די אדרעס, זיפּ קאָוד, אייער יעצטיגע לאקאציע, וואַקסין פירמע (פייזער, מאָדערנא אדער דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן), לויט ווי זיי שטעלן זיך צו פאר מענטשן מיט ספעציעלע געברויכן און אויב מען דארף אן אפּוינטמענט פאר וואַקסינאציע.

  • אויב איר דארפט הילף צו מאכן אן אפּוינטמענט ביי א וואקסינאציע פלאץ וואס ווערט אנגעפירט דורך די סיטי, רופט 877-829-4692 און דרוקט 1 ווען איר ווערט געבעטן.

צוגענגליכקייט פאר מענטשן וועלכע קענען נישט ארויסגיין פונדערהיים, מענטשן מיט דיסעביליטיס, עלטערע מענטשן

אומזיסטע טראנספארטאציע צו און פון א וואַקסינאציע אפּוינטמענט ווערט צוגעשטעלט פאר NYC איינוואוינער 65 יאר און עלטער און פאר מענטשן מיט דיסעביליטיס וואס האבן נישט קיין אנדערע וועג אנצוקומען צו א וואַקסינאציע פלאץ.

  • פאר אמבוּלעט סערוויס, רופט 516-812-9827.
  • פאר טעקסי סערוויס (אריינרעכענענדיג מיט קארן וואס קענען אריינעמען ווילטשעירס), רופט 646-349-0289.

אויב זענט איר יונגער פון 18 יאר, מוז איינער פון אייערע עלטערן אדער גארדיען רופן צו באשטעלן די רייזע פאר אייך.

NYC איינוואוינער וועלכע זענען 75 יאר אדער עלטער, האבן א דיסעביליטי אדער קענען נישט ארויסגיין פונדערהיים, קענען וואַקסינירט ווערן אינדערהיים. איר קענט זיך איינשרייבן אויף די אינטערנעט צו וואַקסינירט ווערן אינדערהיים.

פילע וואַקסינאציע פלעצער זענען צוגענגליך פאר מענטשן מיט דיסעביליטיס. אויף די NYC Vaccine Finder זענען צוגענגליכע פלעצער אנגעצייכנט מיט א פיזישע צוגענגליכקייט סימבאל נעבן די אדרעס. אויב עס איז נישטא אזא סימבאל מיינט דאס נישט אז די פלאץ איז נישט צוגענגליך, נאר אז עס איז נישטא קיין אינפארמאציע וועגן צוגענגליכקייט. אויב עס איז מעגליך זאלט איר רופן פון פאראויס אויב איר האט פראגן איבער צוגעגליכקייט.

זעהט די מעיאר'ס אפיס פאר מענטשן מיט דיסעביליטיס וועבזייטל פאר ענטפערס צו אפט געפרעגטע פראגן וואס מענטשן מיט דיסעביליטיס קענען האבן וועגן וואַקסינאציע צוגענגליכקייט.

פאר פראגן אדער הילף צו אראנזשירן טראנספארטאציע אדער צו וואַקסינירט ווערן אינדערהיים, רופט 877-829-4692.

וואַקסינען פאר מענטשן יונגער פון 18 יאר

דערווייל קענען מענטשן פון 12 ביז 17 יאר אלט נאר באקומען די פייזער וואַקסין. איר קענט זוכן א פלאץ וואס שטעלט צו די פייזער וואַקסין אויפן NYC COVID-19 Vaccine Finder. פרעגט אויך אן ביי אייער קינד'ס דאקטאר צו זעהן אויב זיי אדער א שפיטאל מיט וועם זיי זענען פארבינדן שטעלן צו וואַקסינאציעס.

איינע פון די עלטערן אדער א גאַרדיען מוז גיבן זייער צושטימונג פאר זייער קינד צו וואַקסינירט ווערן. צושטימונג קען איבערגעגעבן ווערן פערזענליך ביי די וואַקסינאציע פלאץ אדער דורכן טעלעפאן. טייל פּראָוויידערס, אריינרעכענענדיג אלע פלעצער וואס ווערן אנגעפירט דורך די סיטי, נעמען אויך אן צושטימונג אין שריפט.

אויב דאס קינד האט נישט מיט זיך א באווייז פון ווי אלט זיי זענען, קען איינע פון די עלטערן אדער א גאַרדיען עדות זאגן אויף ווי אלט זיי זענען ביי די וואַקסינאציע פלאץ.

פרעגט אן ביי די וואַקסינאציע פלאץ צו זיכער מאכן אז זיי וואַקסינירן קינדער, און אזוי אויך פרעגט זיי איבער די צושטימונג פראצעדור פונעם פלאץ.

דיאַגנאָסטישע/אנטיבאדי טעסטינג פעלט נישט אויס בעפארן וואַקסינאציע

איר דארפט זיך נישט טעסטן פאר קאוויד-19 אינפעקציע אדער פאר קאוויד-19 אנטיבאדיס בעפארן וואַקסינירט ווערן.

וואַקסינאציע איז רעקאמענדירט אויך פאר מענטשן וואס האבן שוין געהאט קאוויד-19 בעפאר, אפילו אויב זיי טעסטן פאזיטיוו פאר אנטיבאדיס. עס איז מעגליך נאכאמאל צו באקומען קאוויד-19, און די וואַקסין קען פארשטערקערן אייער נאטורליכע שוץ.

קיין באצאלונג אדער סאָושעל סעקיוריטי נומער געפאדערט פאר וואַקסינאציעn

יעדער קען וואַקסינירט ווערן אומזיסט. איר וועט נישט דארפן איבערגעבן אייער סאָושעל סעקיוריטי נומער צו וואַקסינירט ווערן.

איר וועט נישט געבעטן ווערן קיין געלט, אפילו אויב איר האט נישט קיין העלט אינשורענס. אויב איר האט יא אינשורענס, זאלט איר מיטברענגן אייער אינשורענס קארטל מיט אייך. אייער אינשורענס וועט מעגליך געשיקט ווערן א ביל דורך דעם וואַקסין פּראָוויידער; איר וועט אבער נישט דארפן צאלן קיין קאָופּעי אדער סיי וועלכע אנדערע אפצאל.

אויב איינער פרובירט אייך צו איינמאנען געלט אדער בעט פאר אייער קרעדיט קארטל אינפארמאציע אדער סאָושעל סעקיוריטי נומער, איז עס מן הסתם א שווינדלער און איר זאלט גיין ערגעץ אנדערש פאר א וואַקסינאציע.

איר זאלט באריכטן וואַקסין שווינדלערייען אדער אַבוּז דורך די אינטערנעט צו די NYS אטוירני דזשענעראל (וועלט אויס "File a Complaint" [גיבט אריין אן אנקלאג]). איר קענט אויך רופן 833-829-7226 אדער שיקן אן אימעיל צו stopvaxfraud@health.ny.gov.

אימיגראציע סטאטוס מאכט נישט אויס

קאוויד-19 וואַקסינען ווערן צוגעשטעלט פאר מענטשן פון אלע אימיגראציע סטאטוסן. איר וועט נישט געפרעגט ווערן וועגן אייער אימיגראציע סטאטוס ביי די וואַקסינאציע פלאץ.

וואַקסינאציע וועט נישט משפיע זיין אויף א נעגאטיווע אופן אויף אייער אדער אויף אייער פאמיליע'ס אימיגראציע אפליקאציע.

באווייז פון בארעכטיגונג

איר מוזט אויספילן די ניו יארק סטעיט קאוויד-19 וואַקסין בויגן בעפארן וואַקסינירט ווערן. איינער פון די עלטערן אדער א גאַרדיען קען העלפן א קינד צו אויספילן די בויגן.

איר וועט אויך דארפן ברענגען א באווייז פון אייער עלטער, צום ביישפיל א דרייווער'ס לייסענס אדער אן אנדערע סטעיט ID, גילטיגע פאספארט פון די פאראייניגטע שטאטן אדער אנדערע לאנד, געבורט סערטיפיקאט, מערידזש סערטיפיקאט, לייף אינשורענס פּאַליסי, אדער אן אנדערע דאקומענט וואס ווייזט אייער געבורטס דאטום. אויב א קינד האט נישט קיין באווייז פון זייער עלטער, קען איינער פון די עלטערן אדער א גאַרדיען עדות זאגן אויף ווי אלט זיי זענען ביי די וואַקסינאציע פלאץ.

גרייט זיך צו אייער וואַקסינאציע אפּוינטמענט

עס איז נישטא עפעס באזונדער וואס איר דארפט טוהן בעפארן וואַקסינירט ווערן. מאכט א נייע אפּוינטמענט אויב איר זענט דיאגנאזירט געווארן מיט קאוויד-19 אין די לעצטע 10 טעג, אויב איר האט סיי וועלכע סימפטאמען פון קאוויד-19 אדער אויב איר זענט אויסגעשטעלט געווארן צו איינעם מיט קאוויד-19 אין די לעצטע 10 טעג.

געדענקט צו אנטוהן א פנים צודעק צו אייער אפּוינטמענט און צו ברענגן:

  • אן אינשורענס קארטל אויב איר האט איינס
  • באווייז פון עלטער (אן ID אדער אנדערע דאקומענט מיט געבורטס דאטום)
  • אייער אפּוינטמענט באשטעטיגונג (אויב איר האט אן אפּוינטמענט)
  • אויסגעפילטע און אונטערגעשריבענע קינד צושטימונג בויגן (אויב איר זענט יונגער פון 18 יאר און איר גייט אן עלטערן אדער גארדיען, און אויב די פלאץ נעמט אן צושטימונג אין שריפט)
  • אייער וואַקסינאציע קארטל (נאר ביי צווייטע דאזע אפּוינטמענטס)

לערנט מער איבער וועלכע דאקומענטן ווערן אנגענומען אלץ באווייז פון עלטער און איבער אנדערע פאדערונגען פאר וואַקסינאציע.

וויאזוי די וואַקסין ווערט געגעבן

קאוויד-19 וואַקסינען ווערן געגעבן אריין אין די מוסקל. זיי ווערן געגעבן דורך אן איינשפריץ אינעם ארעם אזוי ווי רוב אנדערע וואַקסינען. סיי די פייזער און סיי די מאָדערנא וואַקסינען באשטייען פון צוויי דאזעס עטליכע וואכן אפגערוקט. די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין איז נאר איין דאזע.

די סיטי באזוכט כסדר וואַקסין פלעצער צו זיכער מאכן אז אלע זיכערהייט און געזונטהייט תקנות ווערן אויסגעפאלגט. טעותים ביים גיבן די וואַקסין זענען זייער זעלטן אבער זיי קענען געשעהן. CDC אנווייזונגען זאגן אז מענטשן וואס באקומען א וואַקסין וואס איז צו וואסעריג דארפן נישט איבערנעמען א וואַקסין דאזע אויב די וואַקסין איז אויסגעמישט מיט ווייניגער פון 4.0 מילי־ליטער. פאר מער אינפארמאציע רופט 311.

אויסוועלן א וואַקסין

אלע דריי וואַקסינען זענען זייער זיכער ווירקזאם ביים פארמיידן ערנסטע קאוויד-19 קראנקייט, האספיטאליזאציע און טויט ל"ע. די וויכטיגסטע זאך איז צו וואַקסינירט ווערן.

סיי די פייזער און סיי די מאָדערנא וואַקסינען פאדערן צוויי דאזעס. די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין איז נאר איין דאזע. אלע דריי וואַקסינען ברענגן מילדע ביז מיטלמעסיגע זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס).

עס איז שווער צו פארגלייכן די ווירקזאמקייט פון די וואַקסינען וויבאלד זיי זענען אויספראבירט געווארן אין אנדערע צייטן און אין אנדערע פלעצער. דזשאַנסאן ענד דזשאַנס פראבעס זענען דורכגעפירט געווארן מער לעצטנס ווען עס איז געווען הויכע שטאפלען פון קאוויד-19 פארשפרייטונג, און זיי זענען פארגעקומען אין לענדער מיט א גרויסע צאל פון די נייע באזארגנדע וואַריאנטן. אפילו אין די אומשטענדן האט די וואַקסין פארמיטן האספיטאליזאציע און טויט..

א הויפט חילוק צווישן די וואַקסינען איז אז נאר די פייזער וואַקסין איז דערווייל באשטעטיגט פאר מענטשן פון 12 ביז 17 יאר אלט. די מאָדערנא און דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסינען זענען באשטעטיגט נאר פאר מענטשן פון 18 יאר און עלטער.

נאך א חילוק איז וויאזוי די וואַקסינען ווערן אוועקגעלייגט און דעליווערט. די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין איז מער סטאביל און עס קען געהאלטן ווערן פאר א לענגערע צייט אין א רעפרידזשערעיטאר, פארגרינגערנדיג עס צו טראנספארטירן און צו אנקומען צו מענטשן וועלכע קענען נישט פארן צו א וואַקסינאציע פלאץ.

מענטשען וועלכע באקומען די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין זאלן זיין אויפמערקזאם פון די קליינע סכנה פון א זעלטענע סארט בלוט קלאַט מיט א נידעריגע צאל פון בלוט פּלעיטלעטס.

דערווייל האבן רוב וואַקסינאציע פלעצער נאר איינס פון די סארט וואַקסינען. די סארט וואַקסין וואס איר באקומט וועט זיך ווענדן לויט די פלאץ וואו איר גייט. די NYC Vaccine Finder ווייזט די סארט וואַקסין וואס ווערט געגעבן ביי יעדע פלאץ.

באקומען די צווייטע דאזע

די פייזער און מאָדערנא וואַקסינען פאדערן צוויי דאזעס. ביידע דאזעס זאלן זיין פון די זעלבע וואַקסין. אויב איר באקומט די פייזער וואַקסין, זאלט איר באקומען א צווייטע דאזע פון די פייזער וואַקסין 21 טעג נאך אייער ערשטע דאזע. אויב איר באקומט די מאָדערנא וואַקסין, זאלט איר באקומען א צווייטע דאזע פון די מאָדערנא וואַקסין 28 טעג נאך אייער ערשטע דאזע. אויב איר קענט נישט אזוי טוהן זאלט איר באקומען אייער צווייטע דאזע פון די זעלבע סארט וואַקסין ביז 42 טעג פון אייער ערשטע דאזע. איר זאלט נישט באקומען די צווייטע דאזע פריער ווי רעקאמענדירט.

אויב איר קענט נישט באקומען אייער צווייטע פייזער אדער מאָדערנא דאזע דורכאויס די רעקאמענדירטע צייט אפשניט, דאן זאלט איר עס באקומען ווי שנעלער דערנאך. נישט קיין חילוק וויפיל צייט עס איז שוין אריבער, זאלט איר נאכאלץ גיין באקומען אייער צווייטע איינשפריץ. אויב איר באקומט אייער צווייטע איינשפריץ בעפאר אדער נאך די רעקאמענדירטע צייט אפשניט, וועט איר נאכאלץ דארפן נאר צוויי דאזעס סך הכל.

איר זאלט באקומען אייער ערשטע און צווייטע דאזע ביי די זעלבע פלאץ.

די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין איז נאר איין דאזע.

וואַקסינאציע קארטל

נאכן באקומען אייער ערשטע דאזע וועט איר באקומען א קארטל מיט אייער נאמען, געבורטס דאטום, די וואַקסין וואס איר האט באקומען, די פלאץ וואו איר האט עס באקומען און די דאטום ווען איר האט עס באקומען. אייער וואַקסינאציע קארטל איז א וויכטיגע מעדיצינישע דאקומענט. האלט עס אין א זיכערע פלאץ און מאכט א קאפיע אדער כאפט א בילד דערפון אין פאל וואס איר פארלירט עס.

ברענגט אייער וואַקסינאציע קארטל מיט אייך ווען איר גייט צו באקומען אייער צווייטע דאזע פון די פייזער אדער מאָדערנא וואַקסין. אויב איר פארגעסט צו מיטברענגן אייער קארטל אדער אויב איר פארלירט עס, קען די וואַקסינאציע פּראָוויידער אויפזוכן אייער נאמען אין א קאמפּיוטער און פעסטשטעלן אז איר האט באקומען די ערשטע וואַקסינאציע.

אויב איר פארלירט אייער קארטל קען אייער דאקטאר באקומען און ארויסדרוקן פאר אייך א באווייז פון אייער וואַקסינאציע פון די "Citywide Immunization Registry" (סיטי אימוניזאציע רעגיסטראר). די רעגיסטראר אנטהאלט רעקארדס פון מענטשן וועלכע זענען וואַקסינירט געווארן אין NYC און טייל רעקארדס פון NYC איינוואוינער וועלכע זענען וואַקסינירט געווארן אינדרויסן פון די סיטי.

אויב האט איר אן IDNYC קארטל קענט איר אליין צוקומען צו אייער אייגענע וואַקסין רעקארד (און צו די רעקארדס פון אייערע קינדער אונטער 18) אויף די "My Vaccine Record" (מיין וואַקסין רעקארד) וועבזייטל.

מעגליכע זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס)

רוב מענטשן באריכטן אביסל זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) פון די וואַקסינען, דאס איז געווענטליך א סימן אז אייער גוף בויט אויף שוץ. אפטע זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) רעכענען אריין ווייטאג אדער געשווילעכץ אויפן ארעם וואו איר האט באקומען די איינשפריץ, קאפוויי, ווייטאגן אין די גוף, מידקייט און פיבער. פאר די פייזער און מאָדערנא וואַקסינען זאלט איר באקומען די צווייטע איינשפריץ אפילו אויב איר האט זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) נאך די ערשטע איינשפריץ, חוץ אויב אייער דאקטאר זאגט אייך עס נישט צו נעמען.

זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס):

  • זענען געווענטליך מילד ביז מיטלמעסיג
  • הויבן זיך געווענטליך אן ביז דריי טעג נאכן וואַקסינאציע (די ערשטע טאג נאך וואַקסינאציע איז די אפטסטע) און האלט אן פאר בערך איין-צוויי טעג נאך זיי הויבן זיך אן
  • זענען ווייניגער אפט ביי עלטערע מענטשן
  • געשען אפטער נאכן באקומען די צווייטע דאזע פון די פייזער אדער מאָדערנא וואַקסינען ווי נאך די ערשטע דאזע

איר קענט נישט באקומען קאוויד-19 פון די וואַקסין.

זיך אפגעבן מיט זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס)

צו פארגרינגערן ווייטאג אדער געשווילעכץ אויף די פלאץ פון די איינשפריץ, לייגט ארויף איבער די פלאץ א ריינע, קילע, פייכטע שמאטע, און איר זאלט נוצן אדער עקסערסייזן מיט אייער ארעם. רופט אן אייער דאקטאר אויב איר האט סיי וועלכע זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) וועלכע באזארגן אייך אדער אזעלכע וואס גייען נישט אוועק נאך עטליכע טעג, אדער אויב די רויטליכקייט אדער ווייטאג אויף די ארט וואו איר האט באקומען די איינשפריץ ווערט ערגער נאך 24 שעה.

איר קענט אויך רעדן צו אייער דאקטאר וועגן נעמען אן אָווער-די-קאַונטער מעדיצין, ווי אסיטאָומינעפען (טיילענאָל) אדער אייבוּפּראָפען (אַדוויל) צו פארגרינגערן ווייטאג אדער אומבאקוועמליכקייט. איר זאלט נישט אייננעמען אזעלכע מעדיצינען בעפארן וואַקסינאציע מיט די כוונה צו פארמיידן זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס), ווייל עס איז נישט באקאנט וויאזוי אזעלכע מעדיצינען קענען משפיע זיין אויף ווי גוט די וואַקסינען ארבעטן.

באריכטן זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס)s

עס העלפט ארויס צו באריכטן זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) כדי די פובליק געזונטהייט עקספערטן זאלן קענען נאכפאלגן די השפעות פון די וואַקסין. דאס איז באזונדערס וויכטיג ווען עס קומט צו א נייע וואַקסין. צו אויספילן די געזונטהייט סימפּטאמען פראגע בויגנס און צו באריכטן זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס), קענט איר זיך אויפשרייבן פאר די CDC'ס V-safe סמאַרטפאון עפּ נאכן וואַקסינאציע. איר קענט אויך באריכטן זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) דורך די אינטערנעט צו די CDC און FDA'ס וואַקסין אומגעוואונטשענע געשעעניש באריכטונג סיסטעם (Vaccine Adverse Event Reporting System, VAERS) אדער דורכן רופן 800-822-7967.

לערנט מער איבער די און אנדערע זיכערהייט נאכפאלגונג סיסטעמען.

בלוט קלאַט סכנה פאר דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין

עס איז דא א קליינע סכנה פון א זעלטענע סארט בלוט קלאַט ביי מענטשן וועלכע האבן א נידעריגע צאל פון פּלעיטלעטס (טראָמבאָוסיס מיט טראָמבאָוסייטאָופּיניע סינדראם) פון די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין. די סארט בלוט קלאַט נאכן וואַקסינאציע געשעהט אפטער ביי פרויען וועלכע זענען יונגער פון 50 יאר, אבער עס איז שוין געשעהן סיי ביי פרויען און סיי ביי מענער פון 64 יאר און יונגער.

דורכאויס די ערשטע דריי וואכן נאכן באקומען די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין זאלט איר זיין אויפמערקזאם אויף אייער געזונט צושטאנד פאר מעגליכע סימפּטאמען פון א בלוט קלאט, למשל:

  • א קורצע אטעם
  • ווייטאג אין דעם ברוסטקאסטן
  • געשווילעכץ אין פיס
  • בויך ווייטאג וואס גייט נישט אוועק
  • א שווערע קאפוויי אדער א קאפוויי וואס גייט נישט אוועק
  • זעהן נישט קלאר
  • באקומען בלויע וואונדן פון א לייכטע קלאפ
  • קליינע רויטע פינטלעך אונטער די הויט — נישט אין די פלאץ פון די איינשפריץ

אויב איר האט סיי וועלכע פון די סימפּטאמען זאלט איר באלד גיין צו א דערנעבנדע שפיטאל אדער רופן 911. זאגט פארן פראוויידער וואס באהאנדלט אייך אז איר האט באקומען דעם דזשאנסאן און דזשאנסאן וואקסין.

עס איז נישט געפונען געווארן קיין קשר צווישן די סארט בלוט קלאַט און די פייזער אדער מאָדערנא וואַקסינען. אויב איר באשליסט אז איר ווילט נישט נעמען די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין, טוהען מיר אייך עצה'ן צו באקומען די פייזער אדער מאָדערנא וואַקסין.

ערנסטע אלערגישע רעאקציעס זענען זעלטן

ערנסטע אלערגישע רעאקציעס צו די וואַקסינען זענען זעלטן.

יעדע מענטש ווערט אויפגעפּאַסט אויף פאר 15 מינוט נאכן באקומען אן איינשפריץ אלץ א באווארענונג. מענטשן וואס האבן געהאט אין די פארגאנגענהייט ערנסטע אלערגישע רעאקציעס (ווי אנעפילעקסיס) פאר סיי וועלכע סיבה ווערן אויפגעפּאַסט אויף פאר 30 מינוט.

ערנסטע אלערגישע רעאקציעס הויבן זיך געווענטליך אן געציילטע מינוטן ביז א שעה נאכן באקומען די איינשפריץ. סימנים פון אן ערנסטן אלערגישע רעאקציע קענען אריינרעכענען שוועריקייטן צו אטעמען, געשווילעכץ אויף די פנים און האלז, א שנעלע הארץ-קלאפ, א שווערע אויסשלאַג (רעש) איבער די גאנצע גוף, א שווינדל און שוואכקייט.

אויב איר טראכט אז איר גייט אריבער אן ערנסטע אלערגישע רעאקציע, זאלט איר רופן 911 אדער גיין צו די נאענסטע שפיטאל.


נאכן ווערן וואַקסינירט

ווען איר זענט באשיצט דורך די וואַקסין

עס וועט נעמען צייט ביז די וואַקסין וועט אנהויבן ארבעטן. איר ווערט פאררעכנט צו זיין פולשטענדיג וואַקסינירט צוויי וואכן נאך אייער צווייטע דאזע פון די פייזער אדער מאָדערנא וואַקסין אדער נאך אייער איינצלנע דאזע פון די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין.

די קאוויד-19 וואַקסינען זענען זייער ווירקזאם ביים פארמיידן האספיטאליזאציע און טויט ל"ע צוליב קאוויד-19. רוב מענטשן וועלכע זענען פולשטענדיג וואַקסינירט וועלן בכלל נישט קראנק ווערן פון קאוויד-19. קיין איין וואַקסין איז אבער נישט 100% ווירקזאם, און א קליינע צאל פון וואַקסינירטע מענטשן זענען ערווארטעט נאכאלץ צו באקומען קאוויד-19 טראץ די וואַקסין (דאס ווערט גערופן "דורכבראך פעלער").

קאוויד-19 טעסט רעזולטאטן

די וואַקסינען מאכן נישט אז מענטשן זאלן נאכדעם באקומען א פאזיטיווע קאוויד-19 דיאַגנאָסטישע (ווירוס) טעסט רעזולטאט.

אנטיבאדי טעסטס זענען נישט רעקאמענדירט נאכן וואקסינאציע. אנטיבאדי טעסטס זאלן נישט גענוצט ווערן צו באשטימען ווי באשיצט איינער איז קעגן קאוויד-19, בפרט נאך א מענטש האט באקומען א קאוויד-19 וואַקסינאציע. די יעצטיגע באשטעטיגטע אנטיבאדי טעסטס זענען נישט איבערגעקוקט געווארן צו באשטימען ווי גוט די שוץ וואס קומט פון א אימיוּן סיסטעם רעאקציע צו א קאוויד-19 וואַקסינאציע איז. חוץ פון דעם, טייל אנטיבאדי טעסטס טעסטן נישט די סארט אנטיבאדיס וואס ווערן פראדוצירט אין רעאקציע צו די וואַקסינען, דערפאר מיינט נישט א נעגאטיווע אנטיבאדי טעסט אז די וואַקסין ארבעט נישט. נאך מער, אונזער גוף בויט נאך סארטן שוץ־מיטלען א דאנק די וואַקסינען, אריינרעכענענדיג T צעלן (ספעציעלע ווייסע בלוט צעלן וואס באקעמפן אינפעקציעס) וועלכע ווערן נישט אויפגעכאפט דורך אנטיבאדי טעסטס.

וואס איר קענט טוהן נאכן וואַקסינאציע n

איינמאל איר זענט פולשטענדיג וואַקסינירט קענט איר טוהן רוב אקטיוויטעטן אן אנטוהן א פנים צודעק און אן זיך דערווייטערן פון אנדערע.

מיר רעקאמענדירן אז איר זאלט ווייטער אנטוהן א פנים צודעק אינעווייניג ביז מער מענטשן ווערן וואַקסינירט. אקטיוויטעטן אינדרויסן זענען פיל זיכערער אן א פנים צודעק. פנים צודעקן ווערן נאכאלץ געפאדערט אין סקוּלס, אויף פובליק טראנספארטאציע, אין העלט קעיר פלעצער און אין פלעצער וואו מענטשן וואוינען צוזאמען, ווי צום ביישפיל נוירסינג היימער און היימלאזע שעלטערס, און ביי סיי וועלכע פלאץ וואו עס איז אזוי באשטימט געווארן דורך א ביזנעס אדער לאקאציע. מיר טוהען אויך רעקאמענדירן אז איר זאלט לאזן אייער פנים צודעק אויפן פנים אויב איר זענט ארום נישט־וואַקסינירטע מענטשן וואס זענען אין א גרעסערע סכנה פון באקומען ערנסטע קאוויד-19.

איר דארפט זיך מער נישט טעסטן פאר קאוויד-19, חוץ אויב איר האט סימפּטאָמען פון קאוויד-19 אדער אויב עס ווערט אזוי פארלאנגט פאר אייער ארבעט, שולע אדער אנדערע ספעציפישע אקטיוויטעט. איר דארפט זיך אויך מער נישט קוואראנטינען נאכן זיין אויסגעשטעלט צו איינעם מיט קאוויד-19, אבער אויב איר באקומט סימפּטאמען פון קאוויד-19 זאלט איר זיך איזולירן און זיך טעסטן.

אפילו נאך וואס איר זענט וואַקסינירט זאלט איר נאכאלץ וואשן אייערע הענט כסדר און בלייבן אינדערהיים אויב איר שפירט זיך נישט גוט אדער אויב איר טעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19.

לערנט מער וועגן די בענעפיטן פון וואַקסינאציע:

מעדיצינישע און פערזענליכע אינפארמאציע באשיצט

אייער פערזענליכע אינפארמאציע איז שטרענג באשיצט. אייער סאָושעל סעקיוריטי נומער אדער אימיגראציע סטאטוס ווערן נישט געבעטן אדער מיטגעטיילט. אידענטיפיקאציע איז נאר פארלאנגט צו אויפווייזן אייער עלטער.

אויבערפלעכליכע אינפארמאציע וועגן אייך (ווי אייער נאמען, אדרעס, טעלעפאן נומער, געבורטס דאטום, ראסע, אפשטאם, וואַקסינאציע דאטום און סארט וואַקסין וואס איר האט באקומען) וועלן געשיקט ווערן צו די NYC העלט דעפארטמענט ווי די געזעץ פארלאנקט, אבער שטרענגע געזעצן זענען אוועקגעשטעלט געווארן צו פארזיכערן אז אייער אינפארמאציע בלייבט אין געהיים.

די NYC העלט דעפארטמענט ווערט געפאדערט צו שיקן וואַקסינאציע ציפערן צו די CDC. נאר די מענטשן'ס געבורטס דאטום, זיפּ קאָוד, ראסע, אפשטאם און דזשענדער (זכר/נקבה) ווערן געשיקט צו די CDC. מיר וועלן נישט איבערגעבן קיין שום אנדערע אינפארמאציע וואס קען אנטדעקן אייער אידענטיטעט, אריינרעכענענדיג אייער נאמען.


וואַקסין זיכערהייט און ווירקזאמקייט

קלינישע פראבעס

די קאוויד-19 וואַקסינען וועלכע זענען דא צו באקומען אין די פאראייניגטע שטאטן זענען אויפגעוויזן געווארן צו זיין זיכער דורך קלינישע פראבעס. אין די פראבעס איז די וואַקסין אויספראבירט געווארן אויף צענדליגע טויזנטע וואלונטירן. די פראצעדור איז נאכגעקוקט געווארן פון די נאענט דורך די FDA און דורך אנדערע ארגאניזאציעס.

כדי צו פארזיכערן די זיכערהייט פון די וואַקסינען:

  • האט די FDA איבערגעקוקט די פלענער און פראטאקאלן פון די קלינישע פראבעס (טרייעלס) צו זיכער מאכן אז די פראצעדורן זענען אויף די העכסטע סייענטיפישע און עטישע סטאנדארטן.

  • די קלינישע פראבעס (טרייעלס) זענען נאכגעקוקט געווארן פון די נאענט דורך דאטא זיכערהייט השגחה קאמיטעען וואס זענען באשטאנען פון דרויסנדיגע עקספערטן (מעדיצינישע פראפעסיאנאלן, עטיסיסטן, סטאטיסטיקער, פאציענט אדוואקאטן) און אנדערע גרופעס.

  • FDA וויסנשאפטלער (סייענטיסטס) און מעדיצינישע פראפעסיאנאלן האבן איבערגעקוקט און אפגעשאצט אלע אינפארמאציע וואס איז געווען אוועילעבעל צו באשטימען אויב די וואַקסינען זאלן באשטעטיגט ווערן.

אנגייענדע זיכערהייט השגחה

עס זענען אוועקגעשטעלט געווארן עטליכע זיכערהייט נאכפאלגונג סיסטעמען צו העלפן פארזיכערן אז סיי וועלכע פאטענציאלע זיכערהייט פראבלעמען ווערן שנעלערהייט געטראפן און אויסגעפארשט. די רעכענען אריין:

  • VAERS. פּראָוויידערס און דאקטוירים זענען געפאדערט צו באריכטן ערנסטע געשעענישן וואס פאסירן נאך א וואַקסינאציע (ווי אנעפילעקסיס, האספיטאליזאציע און טויט ל"ע) צו א נאציאנאלע באריכטונג סיסטעם וואס ווערט גערופן וואַקסין אומגעוואונטשענע געשעעניש באריכטונג סיסטעם (Vaccine Adverse Event Reporting System, VAERS) אנגעפירט דורך די CDC און די FDA. מענטשן קענען אויך אליין באריכטן זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) אדער אנדערע רעאקציעס צו VAERS אָנליין אדער דורכן רופן 800-822-7967.

  • v-safe. די CDC האט אויך געעפנט א סמאַרטפאון עפּ וואס הייסט v-safe וואס מענטשן קענען נוצן צו באריכטן רעאקציעס וואס זיי האבן געהאט צו א קאוויד-19 וואַקסין. די עפּ העלפט די CDC נאכגיין זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) צו לערנען מער וועגן ווי אפט און ווי ערנסט זיי זענען.

  • וואַקסין סעיפטי דאטאלינק. דאס איז פון ניין העלט קעיר ארגאניזאציעס און פון די CDC'ס אימוּניזאציע זיכערהייט אפיס צוזאמען. די העלט קעיר ארגאניזאציעס טיילן מיט עלעקטראנישע געזונטהייט ציפערן וועגן וואַקסינען וואס זענען געגעבן געווארן און סיי וועלכע מעדיצינישע פראבלעמען וואס זענען דיאגנאזירט געווארן.

  • סענטינעל בילאגישע ווירקזאמקייט און זיכערהייט סיסטעם (Sentinel Biologics Effectiveness and Safety System). די FDA באנוצט זיך מיט דעם סיסטעם צו זוכן סימנים פון זיכערהייט פראבלעמען, נוצנדיג ציפערן פון העלט קעיר קלעימס דאטאבעיסעס און פון עלעקטראנישע געזונטהייט רעקארדס פון עטליכע גרויסע העלט קעיר סיסטעמען. די סיסטעם קען אויך גענוצט ווערן פאר טיפערע אנאליזן אויב עס ווייזן זיך ארויס סיי וועלכע סימנים דורך אנדערע נאכפאלגונג סיסטעמען.

עס איז וויכטיג צו אנמערקן אז נישט אלע אומגעוואונטשענע געשעענישן וואס ווערן באריכטעט מיינען אז עס איז דא א פראבלעם. צום ביישפיל, ווען א געזונטהייט געשעעניש ווערט איינגעגעבן צו VAERS, מיינט דאס נישט אז דער וואקסין האט גורם געווען די געשעעניש. עס ווארנט וואַקסין זיכערהייט עקספערטן פון מעגליכע אינצידענטן וועלכע דארפן דערנאך מעגליך אויסגעפארשט ווערן. אינפארמאציע פון VAERS אליין קען נישט באשטימען אויב די וואַקסין איז גורם א געזונטהייט פראבלעם. די CDC פארשט אויס ערנסטע אינצידענטן וואס ווערן באריכטעט, און זיי פארגלייכן די צאל פון די געשעענישן באריכטעט צו VAERS מיט די צאל פון די זעלבע געזונטהייט אינצידענט אין די אלגעמיינע באפעלקערונג. טייל באריכטן צו VAERS קענען באמת זיין רעאקציעס צו די וואַקסין בשעת אנדערע קענען זיין בלויז צופעליגע אומגעוואונטשענע געזונטהייט פראבלעמען וואס האבן בכלל נישט צו טוהן מיט די וואַקסינאציע.

צום ביישפיל, אויב איינער עסט אן עפל און גייט אריבער די גאס און ווערט איבערגעפארן דורך א קאר, מיינט דאס נישט אז די עפל האט גורם געווען אז א קאר זאל אים איבערפארן. די זעלבע זאך איז מיט טויט ל"ע אדער אנדערע געזונטהייט פראבלעמען וואס געשעהן ביי מענטשן וועלכע זענען וואַקסינירט געווארן — עס מיינט נישט אז די וואַקסין האט גורם געווען די טויט אדער געזונטהייט פראבלעם. דאס איז די סיבה פארוואס באריכטן דארפן אויסגעפארשט ווערן צו זעהן אויב עס איז דא א קשר צו די וואַקסין.

לאנג־טערמיניגע זיכערהייט

אויב א וואַקסין איז גורם אן אומגעוואונטשענע געשעעניש, געשעהט עס געווענטליך אין די ערשטע טעג אדער וואכן נאכן וואַקסינירט ווערן. לויט די באווייזן פון אנדערע וואַקסינען וואס זענען שוין אין באנוץ פאר צענדליגע יארן, ווייסן מיר אז רעאקציעס געשעהן געווענטליך ביז צוויי חדשים נאכן וואַקסינירט ווערן; נאך די צייט זענען רעאקציעס נישט ווארשיינליך צו געשעהן.

אלע פון די אנטיילנעמער אין די וואַקסין קלינישע פראבעס זענען נאכגעקוקט געווארן פאר מער פון צוויי חדשים און זיי ווערן ווייטער נאכגעקוקט. חוץ פון דעם, זינט די פייזער און מאָדערנא וואַקסינען זענען אריין אין באנוץ אינמיטן דעצעמבער 2020 האבן שוין מיליאנען מענטשן (און די צאל גייט כסדר ארויף) באקומען די וואַקסינען — מער פון צוויי חדשים צוריק. די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין איז אריינגעגאנגען אין באנוץ סוף פעברואר און מיר וועלן ווייטער נאכפאלגן די ציפערן פון די וואַקסין באנוץ אין די ברייטע באפעלקערונג. קיין שום לאנג־טערמיניגע השפעות זענען נישט געטראפן געווארן.

ווירקזאמקייט

אלע דריי וואַקסינען זענען זייער זיכער און ווירקזאם סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, און ביי גרופעס פון יעדע עלטער, ראסע און אפשטאם וועלכע האבן זיך באטייליגט אין די קלינישע פראבעס.

די ווירקזאמקייט פון די דריי באשטעטיגטע וואַקסינען קענען נישט פארגליכן ווערן איינע צו די אנדערע ווייל די פראבעס פאר יעדע איינס פון זיי זענען געווען באזונדער, אין אנדערע צייטן און פלעצער. די דריי וואַקסינען זענען אויך געטעסט געווארן קעגן אנדערע פארשפרייטע וואַריאנטן און אין פלעצער מיט אנדערע צאלן פון קאוויד-19 אינפעקציע.

פערטיליטי (קענען האבן קינדער)

מענטשן וועלכע פראבירן צו ווערן טראגעדיג (פּרעגנענט) יעצט אדער וועלכע פלאנירן צו פראבירן אין די צוקונפט זאלן וואַקסינירט ווערן. עס איז נישטא קיין שום באווייז אז די וואַקסינען זענען גורם פראבלעמען מיטן האבן קינדער אין פרויען אדער אין מענער.

מיסאינפארמאציע האט זיך פארשפרייט אויף די אינטערנעט, און די טענות וועגן קענען האבן קינדער איז געבויט אויף א מיספארשטענדעניש פון די סייענס. די קאוויד-19 וואַקסינען — ענליך צו פילע אנדערע וואַקסינען — ארבעטן דורכן אויסלערנען אונזער גוף צו פראדוצירן אנטיבאדיס צו באקעמפן די ווירוס. די זארגן וועגן קענען האבן קינדער האבן ארויסגעשפראצט פון דעם וואס מענטשן האבן געמיינט אז די אנטיבאדיס וואס ווערן פראדוצירט נאך קאוויד-19 אינפעקציע אדער וואַקסינאציע וועלן אטאקירן א געוויסע פּראָוטין אין די פּלאסענטע. די פּראָוטינס אויף די ווירוס וואס איז גורם קאוויד-19 און די פּראָוטין אויף די פּלאסענטע זענען אבער זייער אנדערש, און אונזער אימיון סיסטעם איז גענוג קלוג צו וויסן די חילוק צווישן זיי. עס איז נישטא קיינע באווייזן אז די אנטיבאדיס וועלן גורם זיין סיי וועלכע פראבלעמען ביים זיין טראגעדיג (פּרעגנענט), אריינרעכענענדיג די אנטוויקלונג פון די פּלאסענטע.

וואַקסין קען נישט גורם זיין קאוויד-19

קיין איינס פון די באשטעטיגטע וואַקסינען אנטהאלטן נישט די ווירוס וואס איז גורם קאוויד-19. עס איז נישט מעגליך צו באקומען קאוויד-19 פון די וואַקסינען.


וואַקסינען באשטאנדטיילן און וויאזוי זיי ארבעטן

וויאזוי די פייזער און מאָדערנא וואַקסינען ארבעטן

סיי די פייזער און סיי די מאָדערנא וואַקסינען זענען מעסענדזשער RNA (mRNA) וואַקסינען. mRNA איז א מאלעקיוּל וואס אנטהאלט אין זיך די בלוּפּרינט וויאזוי צו פראדוצירן פּראָוטינס. די זענען די ערשטע mRNA וואַקסינען צו ווערן גענוצט, די טעכנאלאגיע איז אבער שוין שטודירט געווארן פאר איבער 30 יאר.

די mRNA וואַקסינען ארבעטן ווי פאלגנד:

  1. די mRNA גייט אריין אין אייער גוף מיט אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן א פּראָוטין וואס איז א טייל פון די ווירוּס וואס איז גורם קאוויד-19.

  2. די פּראָוטינס וואס ווערן פראדוצירט מאכן אז די גוף זאל פראדוצירן אנטיבאדיס (ספעציעלע פּראָוטינס וואס באקעמפן א ספעציפישע אינפעקציע) און אנדערע שוץ־מיטלען.

  3. די mRNA ווערט דערנאך צונומען און פארניכטעט דורך די גוף.

  4. אויב א מענטש ווערט אויסגעשטעלט צו קאוויד-19 נאכן וואַקסינירט ווערן, וועט זייער גוף קענען דערקענען די ווירוס און פראדוצירן אנטיבאדיס און אנדערע שוץ־מיטלען עס צו באקעמפן.

אין קורצן, mRNA איז ענליך צו אן אימעיל וואס ווערט געשיקט צו אייער גוף מיט אנווייזונגען וויאזוי צו אויפכאפן און פארניכטן די ווירוס. אייער גוף פאלגט אויס די אנווייזונגען און מעקט אויס די אימעיל אינגאנצן.

mRNA קומט נישט אין בארירונג מיט א מענטשן'ס DNA, און עס קען עס נישט טוישן.

וויאזוי די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין ארבעט

די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין איז אן עדענאָווירוס וועקטאר וואַקסין. דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן פארשט שוין עדענאָווירוס וועקטאר וואַקסינען פאר אנדערע אינפעקציעס פאר צענדליגע יארן, אריינרעכענענדיג די פירמע'ס עבאָולע וואַקסין, וואס ווערט שוין גענוצט.

די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין ארבעט אויף אן ענליכע וועג צו די פייזער און מאָדערנא mRNA וואַקסינען, אבער עס נוצט אן אנדערע סארט שליח צו אריבערשיקן די אנווייזונגען אויף וויאזוי צו רעאגירן צו די ווירוס. כדי צו מאכן די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין האבן וויסנשאפטלער גענומען א דזשין פון די ווירוס וואס איז גורם קאוויד-19 און ארויפגעלייגט די דזשין אויף אן עדענאָווירוס. די עדענאָווירוס וואס ווערט גענוצט אין די וואַקסין ברענגט געווענטליך א פארקילעכץ, אבער די ווירוס געענדערט געווארן אז עס זאל זיך נישט קענען פארמערן אין מענטשן אדער גורם זיין אינפעקציע.

די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין ארבעט ווי פאלגנד:

  1. ווען די וואַקסין גייט אריין אין אייער גוף טראגט די עדענאָוווירוס אריבער א דזשין פון די קאָראָנאַווירוס צו די מענטשליכע צעלן וועלכע פראדוצירן דאן איין פּראָוטין פון קאוויד-19, נישט די ווירוס אליין.

  2. די פּראָוטינס וואס ווערן פראדוצירט זענען גורם אז אייער גוף זאל פראדוצירן אַנטיבאדיס (ספעציעלע פּראָוטינס וואס באקעמפן א ספעציפישע אינפעקציע) און אנדערע שוץ-מיטלען.

  3. אויב איר ווערט שפעטער אויסגעשטעלט צו קאוויד-19, וועט אייער גוף דערקענען די ווירוס און אייער אימיון סיסטעם וועט זיין גרייט עס צו באקעמפן.

פייזער און מאָדערנא וואַקסין באשטאנדטיילן

די פייזער און מאָדערנא וואַקסינען אנטהאלטן די פאלגנדע סארטן באשטאנדטיילן:

  • ליפּידס: ליפּידס זענען מאָלעקיוּלן פון פעטנס וואס צולאזן זיך נישט אין וואסער. זיי נעמען ארום די mRNA און באשיצן עס כדי עס זאל נישט צונומען ווערן בעפאר עס קומט אן צו אייערע צעלן. איין ביישפיל פון א ליפּיד וואס ליגט אינעווייניג איז פּאַליעטעלין גלייקאָול (polyethelyne glycol).

  • זאלצן, אסיטיק עסיד און אמינס: אלע פון די ווערן גענוצט צו באשיצן אייערע צעלן דורכן האלטן די pH (עסיד) שטאפלען פון די וואַקסין ענליך צו די pH אין אייער גוף. די פייזער וואַקסין אנטהאלט פיר זאלצן, אריינרעכענענדיג קאך זאלץ. די מאָדערנא וואַקסין אנטהאלט אסיטיק עסיד (די עסיד וואס ליגט אין עסיג), איין סארט זאלץ און צוויי ארגעניק קאַמפּאונדס ארויסגענומען פון אמאָוניע — באקאנט אלץ אמינס.

  • צוקער: צוקער העלפט אז די ליפּידס זאלן זיך נישט צוקלעבן איינע צו די אנדערע אדער צו די זייטן פון די וואַקסין פלעשל.

די וואַקסין אנטהאלט נישט:

  • אניטיביאטיקס
  • בלוט פראדוקטןs
  • DNA
  • צעלן פון א מענטשליכע גוף אדער פון אן אומגעבוירענע קינד
  • דזשעלאטין
  • גלוטען
  • מערקורי
  • מייקראָוטשיפּס
  • חזיר אדער אנדערע בהמה פראדוקטן
  • די ווירוס וואס איז גורם קאוויד-19

זעהט א פולע ליסטע פון די באשטאנדטיילן וואס ליגן אין די פייזער וואַקסין (PDF) און אין די מאָדערנא וואַקסין (PDF).

דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין באשטאנדטיילן

די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין אנטהאלט די פאלגנדע סארטן באשטאנדטיילן:

  • סטאביליזירער: זאלצן, אלקאהאל, פּאליסאָרבעיט 80 (polysorbate 80) און היידראָוקלאָריק עסיד (hidrochloric acid).
  • פאבריצירונג זייטיגע פראדוקטן: אמינאָו עסידס.

די וואקסין אנטהאלט נישט:

  • אניטיביאטיקס
  • בלוט פראדוקטן
  • צעלן פון א מענטשליכע גוף אדער פון אן אומגעבוירענע קינד
  • דזשעלאטין
  • גלוטען
  • מערקורי
  • מייקראָוטשיפס
  • חזיר אדער אנדערע בהמה פראדוקטן
  • די ווירוס וואס איז גורם קאוויד-19

זעהט א פולע ליסטע פון באשטאנדטיילן פון די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין.

ווי לאנג די וואַקסינען ארבעטן

מיר ווייסן דערווייל נאכנישט פאר ווי לאנג די וואַקסינען וועלן באשיצן מענטשן פון קאוויד-19, אבער מיט די צייט לערנען מיר מער. די ערשטע ציפערן ווייזן אז די שוץ פון די פייזער און מאָדערנא וואַקסינען האלטן אן צום ווייניגסטנס פאר זעקס חדשים. מיר וועלן האבן מער אינפארמאציע וועגן די ווירקזאמקייט פון די וואַקסינען און די דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסין שפעטער די יאר.

מיר ווייסן דערווייל נאכנישט אויב די וואַקסינען וועלן דארפן געגעבן ווערן יערליך, אזוי ווי א פלוּ שאַט, אדער אויב עס וועט זיך אויספעלן נאך אן איינשפריץ אדער א "בוּסטער" איינשפריץ, אזוי ווי א טעטאַנוס שאַט. שטודיעס גייען ווייטער אן צו טעסטן די ווירקזאמקייט פון נאך דאזעס.

השפעה אויף פארשפרייטונג פון קראנקייט

די וואַקסינען פארקלענערן די סכנה פון מענטשן צו באקומען און פארשפרייטן די קאוויד-19 ווירוס.

קאמיוניטי שוץ (הערד אימיוּניטי)

קאמיוניטי שוץ (הערד אימיוניטי) געשעהט ווען גענוג מענטשן אין א געוויסע באפעלקערונג זענען שוין באשוצט קעגן אן אנשטעקיגע קראנקייט אז די קראנקייט האט גאר א קליינע אויסזיכט זיך צו קענען פארשפרייטן. איינמאל א קאמיוניטי עררייכט דאס, זענען אפילו מענטשן וואס זענען נישט וואַקסינירט אויך אין א קלענערע סכנה צו אנגעשטעקט ווערן. די פראצענט פון די באפעלקערונג וואס דארף זיין באשיצט כדי צו עררייכן קאמיוניטי שוץ (הערד אימיוניטי) איז אנדערש פאר יעדע קראנקייט.

פאר קאוויד-19 ווייסן נאך די מומחים נישט וויפיל פראצענט פון די מענטשן וועלן דארפן וואַקסינירט ווערן כדי צו עררייכן קאמיוניטי שוץ (הערד אימיוניטי). פונדעסטוועגן, אויב אסאך מענטשן וועלן וואַקסינירט ווערן וועט דאס פארקלענערן די צאל פון מענטשן וואס ווערן קראנק און האספיטאליזירט אדער שטארבן ל"ע פון קאוויד-19.

נייע וואַריאנטן/סטרעינס פון די ווירוס

עס איז נארמאל פאר א ווירוס זיך צו טוישן מיט די צייט און פאר נייע וואַריאנטן ארויסצושפראצן. עטליכע וואַריאנטן פון די ווירוס וואס איז גורם קאוויד-19 זענען שוין געטראפן געווארן. עס קוקט זיך אויס ווי טייל פון די וואַריאנטן פארשפרייטן זיך גרינגער און שנעלער פון אנדערע און קענען גורם זיין שווערערע קראנקייט. דאס קען פירן צו מער קאוויד-19 פעלער, האספיטאליזאציעס און טויטפעלער ח"ו. די אנוועזן פון די וואַריאנטן מאכט עס נאך פיל וויכטיגער צו וואַקסינירט ווערן.

די וואַקסינען זענען ערווארטעט צו באשיצן קעגן די וואַריאנטן וועלכע זענען אויפגעכאפט געווארן ביז היינט, כאשט די שוץ איז מעגליך נישט די זעלבע שטארק קעגן געוויסע וואַריאנטן. וויסנשאפטלער ארבעטן צו לערנען מער וועגן די וואַריאנטן און וויאזוי זיי זענען משפיע אויף ווי גוט די וואַקסין ארבעט, און זיי ארבעטן אויך צו אנטוויקלען פאטענציאלע בוּסטער דאזעס פון די וואַקסין צו ממשיך זיין די שוץ קעגן נייע וואַריאנטן.


מעדיצינישע פארגאנגענהייט און קלינישע פאקטארן

אלערגיעס

רוב אלערגיעס זענען נישט קיין סיבה צו זארגן פון א קאוויד-19 וואַקסינאציע. איר קענט וואַקסינירט ווערן אויב איר האט א פארגאנגעהייט פון אלערגישע רעאקציעס וואס זענען נישט פארבינדן מיט וואַקסינען אדער מיט מעדיצינען וועלכע ווערן געגעבן אלץ אן איינשפריץ — ווי למשל אלערגיעס צו עסן (אריינרעכענענדיג אייער), אנטיביאטיקס אדער אנדערע מעדיצינען וואס ווערן איינגענומען פון די מויל, האר און הויט פון שטוב־חיות, גיפט, שטויב מילבן, בלומען שטויב, שימל, ציגארעטן רויך אדער לעיטעקס — אדער אויב אלערגישע רעאקציעס דרייען זיך ארום אין אייער משפחה.

אויב איר האט געהאט אין די פארגאנגענהייט שווערע אלערגישע רעאקציעס (אזוי ווי אנעפילעקסיס) צו סיי וואס, זאלט איר דאס לאזן וויסן פאר די וואַקסינאציע פּראָוויידער כדי זיי זאלן נאענטער אכטונג גיבן אויף אייך.

די פאלגנדע פארגאנגענע אלערגישע רעאקציעס זאלן גענומען ווערן אין באטראכט ביים באשליסן צו נעמען א וואַקסין אדער נישט:

  • אויב א דאקטאר דיאגנאזירט אייך אז איר האט געהאט אן ערנסטן אלערגישע רעאקציע (אזוי ווי אנעפילעקסיס) אדער א באלדיגע רעאקציע נישט קיין חילוק ווי ערנסט צו סיי וועלכע באשטאנדטייל פון א קאוויד-19 וואַקסין (אריינרעכענענדיג פּאַליעטעלין גלייקאָל אדער פּאַליסאָרבעיט), אדער – מיט די פייזער און מאָדערנא וואַקסינען – נאכן באקומען אייער ערשטע קאוויד-19 איינשפריץ, זאלט איר נישט באקומען די וואַקסין אדער די צווייטע דאזע. אייער דאקטאר וועט אייך מעגליך שיקן צו א ספעציאליסט אין אלערגיעס און אין אימונאלאגיע אייך צו געבן ווייטערדיגע קעיר אדער ייעוץ, און צו זעהן אויב איר קענט מעגליך באקומען איינס פון די אנדערע סארטן קאוויד-19 וואַקסינען.

  • אויב איר האט אמאל געהאט אן אלערגישע רעאקציע צו אן אנדערע וואַקסין אדער מעדיצין וואס ווערט געגעבן אלץ איינשפריץ, זאלט איר זיך דורכרעדן מיט אייער דאקטאר צו באשטימען אויב איר קענט באקומען א קאוויד-19 וואַקסין.

יעצט קראנק מיט קאוויד-19

אויב איר האט לעצטנס געטעסט פּאזיטיוו פאר קאוויד-19 אדער אויב איר האט סימפּטאמען פון קאוויד-19, זאלט איר ווארטן מיטן וואַקסין ביז איר ערהוילט זיך אינגאנצן און ביז איר פארענדיגט אייסאלעישען (אפזונדערונג) כדי נישט צו איינשטעלן אנדערע מענטשן ביי די וואַקסינאציע פלאץ אין די צייט וואס איר זענט אנשטעקיג.

דאס מיינט אז איר זאלט נישט וואַקסינירט ווערן ביז איר קומט נאך אלע פון די פאלגנדע באדינגונגען:

  • עס זענען שוין אריבערגעגאנגען צום ווייניגסטנס 10 טעג זינט די סימפּטאמען האבן זיך אנגעהויבן (אדער – אויב איר האט קיינמאל נישט געהאט קיינע סימפּטאמען – צען טעג פון די טאג ווען איר האט זיך געטעסט).
  • איר האט נישט געהאט קיין פיבער אין די פארגאנגענע 24 שעה אן זיך באנוצן מיט מעדיצינען וואס פארגרינגערן פיבער.
  • אויב איר האט געהאט סימפּטאמען – אייערע אלגעמיינע סימפּטאמען האבן זיך פארבעסערט.

איר קענט וואַקסינירט ווערן נאך איר פארענדיגט אייסאָלעישען (אפזונדערונג).

אויב איר באקומט קאוויד-19 צווישן אייער ערשטע און צווייטע דאזע פון די פייזער אדער מאָדערנא וואַקסין, זאלט איר נאכאלץ באקומען אייער צווייטע דאזע נאך אייער אייסאלעישען (אפזונדערונג) ענדיגט זיך. עס איז וויכטיג צו באקומען די צווייטע דאזע, אפילו אויב איר האט געהאט קאוויד-19.

קראנק געווען מיט קאוויד-19 אין די פארגאנגענהייט

עס איז מעגליך צו באקומען קאוויד-19 מער פון איינמאל. דערפאר זאלט איר וואַקסינירט ווערן אפילו אויב איר האט שוין געהאט קאוויד-19 אין די פארגאנגעהייט. די וואַקסין קען אויך פארשטערקערן די שוץ וואס אייער גוף האט שוין אויפגעבויט.

עס איז נישטא קיינע באווייזן אז האבנדיג געהאט קאוויד-19 וועט גורם זיין א מענטש צו האבן א שלעכטע רעאקציע צו די וואַקסינען.

מאָנאָוקלאָונעל אנטיבאדי באהאנדלונג

מאָנאָוקלאָונעל אנטיבאדי באהאנדלונג איז א סארט באהאנדלונג וואס קען פארגעשריבן ווערן דורך א דאקטאר פאר מענטשן וואס האבן געטעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19.

אויב איר האט באקומען מאָנאָוקלאָונעל אנטיבאדי באהאנדלונג זאלט איר ווארטן 90 טעג נאך אייער באהאנדלונג פארן וואַקסינירט ווערן.

אויב זענט איר וואַקסינירט געווארן און דערנאך באקומען קאוויד-19, קענט איר נאכאלץ באקומען מאָנאָוקלאָונעל אנטיבאדי באהאנדלונג אויב איר זענט בארעכטיגט דערפאר אן די וואַקסין.

לעצטנס אויסגעשטעלט צו קאוויד-19

אויב איר זענט געווען אין נאענטע בארירונג מיט איינער וואס האט געהאט קאוויד-19 (זעקס פיס אדער נאענטער פאר כאטש צען מינוט איבער 24 שעה), זאלט איר ווארטן מיטן וואַקסינירט ווערן ביז נאך איר האט זיך קוואראנטינט פאר 10 טעג נאך די לעצטע מאל ווען איר זענט געווען אויסגעשטעלט.

אויב איר זענט אויסגעשטעלט צו איינעם מיט קאוויד-19 צווישן אייער ערשטע און צווייטע דאזע פון די פייזער אדער מאָדערנא וואַקסין, זאלט איר נאכאלץ באקומען אייער צווייטע דאזע. שטופט אפ אייער צווייטע דאזע אויב עס פאלט אויס דורכאויס אייער קוואראנטין. איר זאלט באקומען אייער צווייטע דאזע ביים ערשטן געלעגנהייט דערנאך.

אנדערע וואַקסינאציעס

איר קענט באקומען אייער קאוויד-19 וואַקסין בעפאר, נאך אדער אין די זעלבע צייט מיט סיי וועלכע אנדערע וואַקסין.

יעדער איינער זאל באקומען סיי א פלוּ וואַקסין (בעפאר אדער דורכאויס פלוּ סעזאן) און א קאוויד-19 וואַקסין.

זיין טראגעדיג (פּרעגנענט) אדער נוירסן

מענטשן וואס זענען טראגעדיג (פּרעגנענט) אדער נוירסן א בעיבי קענען וואַקסינירט ווערן.

עס איז נישט באקאנט צופיל וועגן די זיכערהייט פון קאוויד-19 וואַקסינען ביי מענטשן וואס זענען טראגעדיג (פּרעגנענט), וויבאלד טראגעדיגע מענטשן זענען נישט געווען טייל פון די קלינישע פראבעס, חוץ פון אפאר מענטשן וואס זענען יא געווען טראגעדיג (פּרעגנענט) און האבן נישט געוואוסט דערפון אדער מענטשן וועלכע זענען שפעטער געווארן טראגעדיג (פּרעגנענט). געבויט אויף וויפיל עס איז יעצט באקאנט גלויבן אבער עקספערטן אז די אויסזיכטן זענען גאר קליין אז די באשטעטיגטע וואַקסינען זאלן זיין א סכנה פאר טראגעדיגע מענטשן אדער פאר אן אומגעבוירענע קינד. ציפערן פון טראגעדיגע מענטשן וועלכע באקומען די קאוויד-19 וואַקסין ווערן געזאמלט דורך די CDC דורך זייער v-safe עפּ. די ערשטע ציפערן וואס קומען ארויס ווייזן נישט קיין סכנה פאר טראגעדיגע מענטשן אדער פאר אומגעבוירענע קינדער.

די ערשטע ציפערן פון מענטשן וואס נוירסן בעיביס און האבן באקומען די קאוויד-19 וואַקסינען ווייזן אז די אנטיבאדיס וואס זייער גוף האט פראדוצירט קענען אריבערגיין דורך די מאמע מילך. נאך שטודיעס פעלן זיך אויס צו קענען וויסן אויב די אנטיבאדיס קענען גיבן א געוויסע מאס שוץ פאר בעיביס קעגן די ווירוס.

לויט די CDC ייעוץ קאמיטע פאר אימוניזאציע כללים (CDC Advisory Comittee on Immunization Practices) זענען וואַקסינען – מיט די אויסנאם פון סמאָלפּאַקס און געלע פיבער וואַקסינען – וואס ווערן געגעבן אין די צייט ווען א מענטש גיבט מילך נישט משפיע אויף די זיכערהייט פון נוירסן פאר די עלטערן אדער פאר דאס קינד.

אויב איר פראבירט צו ווערן טראגעדיג (פּרעגנענט) קענט איר וואַקסינירט ווערן און איר דארפט נישט זיך נישט פארמיידן פון ווערן טראגעדיג (פּרעגנענט) נאכן וואַקסינירט ווערן.

אויב איר זענט טראגעדיג (פּרעגנענט) אדער אויב איר נוירסט א בעיבי, קען עס זיין בייהילפיג זיך צו אדורכרעדן מיט אייער דאקטאר וועגן באקומען א וואַקסין. איר דארפט אבער נישט באקומען ערלויבעניש פון א פּדאקטאר צו ווערן וואַקסינירט.

מעמאָוגרעמס

אויב איר האט אן אפּוינטמענט פאר א מעמאָוגרעם און איר זענט לעצטנס וואַקסינירט געווארן פאר קאוויד-19, זאלט איר פרעגן אייער דאקטאר ווי לאנג איר זאלט ווארטן נאכן וואַקסינאציע צו מאכן אייער מעמאָוגרעם.

די קאוויד-19 וואַקסין קען גורם זיין אז די לימפּפ נאָודס אונטער די ארעם וואו די איינשפריץ איז געגעבן געווארן זאלן ווערן אויפגעשוואלן. די געשווילעכץ איז א נארמאלע סימן אז אייער גוף בויט אויף שוץ קעגן קאוויד-19, אבער עס קען אויך גורם זיין טעותים אויף די מעמאָוגרעם. טייל עקספערטן רעקאמענדירן צו מאכן אייער מעמאָוגרעם בעפארן וואַקסינירט ווערן, אדער צו אפשטופן די טעסט צו פיר ביז זעקס וואכן נאך איר באקומט אייער וואַקסין.

אויטא-אימיוּן קראנקייטן אדער אפגעשוואכטע אימיוּן סיסטעם

מענטשן וואס האבן אן אויטא-אימיוּן קראנקייט אדער אן אפגעשוואכטע אימיוּן סיסטעם (ווי למשל פון קענסער באהאנדלונגען אדער פון אנדערע מעדיצינען) קענען באשליסן צו וואַקסינירט ווערן. מענטשן מיט אן אפגעשוואכטן אימיוּן סיסטעם האבן זיך אבער נישט באטייליגט אין די קלינישע פראבעס, און דערפאר זענען נישטא קיינע ציפערן אויף וואַקסין זיכערהייט אדער ווירקזאמקייט פאר אזעלכע מענשטן.

בעל'ס פּאַלזי

ארויס פון די צענדליגע טויזנטע מענטשן וועלכע האבן באקומען איינס פון די דריי באשטעטיגטע וואַקסינען דורכאויס קלינישע פראבעס האבן געציילטע מענטשן באקומען בעל'ס פּאַלזי (פאראליזירטע פנים). די פראצענט פון בעל'ס פּאַלזי וואס איז געזעהן געווארן דורכאויס די קלינישע פראבעס זענען אבער נישט געווען העכער פון די פראצענט וואס איז ערווארטעט אין די אלגעמיינען באפעלקערונג.

מענטשן וועלכע האבן געהאט אין די פארגאנגענהייט בעל'ס פּאַלזי קענען וואַקסינירט ווערן. אויב איר האט געהאט בעל'ס פּאַלזי און איר האט פראגן וועגן וואַקסינאציע, רעדט צו אייער דאקטאר.

אנדערע מעדיצינישע פראבלעמען און מעדיצינען

עס זענען דא עטליכע מעדיצינישע פראבלעמען וועלכע פארגרעסערן די סכנה פון ערנסטע קראנקייט פאר מענטשן אויב זיי ווערן אנגעשטעקט מיט קאוויד-19, דערפאר איז עס באזונדערס וויכטיג צו באקומען א קאוויד-19 וואַקסין. אסאך פון די מענטשן וועלכע האבן זיך באטייליגט אין די קלינישע פראבעס האבן געהאט אנדערע געזונטהייט פראבלעמען און די וואַקסין איז געווען זיכער און ווירקזאם פאר זיי. מענטשן מיט סיי וועלכע מעדיצינישע פראבלעם קענען וואַקסינירט ווערן, חוץ אויב זיי האבן געהאט געוויסע אלערגישע רעאקציעס צו א קאוויד-19 וואַקסין אדער איינע פון די באשטאנדטיילן (זעהט אלערגיעס טייל).

אזוי אויך דארפן מענטשן נישט אויפהערן צו נעמען סיי וועלכע פארגעשריבענע מעדיצין ווען זיי באקומען א קאוויד-19 וואַקסינאציע.

אויב איר האט זארגן וועגן אן אנדערע מעדיצינישע פראבלעם אדער מעדיצין, זאלט איר דורכרעדן די וואַקסינאציע מיט אייער דאקטאר.


וואַקסין פראדוקציע און באשטעטיגונג

אנטוויקלונג און טעסטינג

די קאוויד-19 וואַקסינען האבן נאכגעפאלגט די זעלבע אנטוויקלונג שטאפלען אזוי ווי אנדערע וואַקסינען: זיי זענען אנטוויקלט געווארן און אויספראבירט געווארן אין א לאבארעטאריע, און דערנאך זענען זיי אריבער קלינישע פראבעס ווערנדיג נאכגעפאלגט פון די נאענט דורך די FDA.

אין די קלינישע פראבעס זענען די וואַקסינען אויספראבירט געווארן אין מענטשן צו זעהן אויב זיי זענען זיכער און ווירקזאם. יעדע איינס פון די קאוויד-19 וואַקסינען זענען אויספראבירט געווארן אויף צענדליגע טויזנטע מענטשן, אויף מענער און פרויען פון פארשידענע עלטער, ראסע און אפשטאם, וועלכע האבן וואלונטירט זיך צו באטייליגן אין די קלינישע פראבעס.

די סדר פון די פראדוקציע

די אנטוויקלונג פון די קאוויד-19 וואַקסינען זענען געווען האבן גענוצט א פרעצעדענטלאזע צאל פון רעסארסן כדי די וואַקסין זאל זיין גרייט ווי שנעל עס איז נאר מעגליך געווען. ביליאנען דאלארן זאנען געשפענדעט געווארן און הונדערטע וויסנשאפטלער פון די גאנצע וועלט האבן געארבעט אן אויפהער צו אנטוויקלען די וואַקסינען. וויסנשאפטלער האבן געבויט אויף פילע יארן פון פארשונג אויף אנדערע וואַקסינען, אריינרעכענענדיג פארשונג אויף וואַקסינען פאר אנדערע קאָראָנאַווירוסן.

די פעדעראלע רעגירונג האט צוגעשטעלט ספעציעלע געלטער צו ערמעגליכן אז די אנטוויקלונג, טעסטן און פראדוקציע זאלן אלע פארקומען אין די זעלבע צייט. דאס האט ערמעגליכט די פירמעס צו אנהויבן פאבריצירן די וואַקסינען אפילו נאך פאר זיי זענען באשטעטיגט געווארן פאר באנוץ. די פעדעראלע רעגירונג, די סטעיט און לאקאלע העלט דעפּארטמענטס און דאקטוירים האבן געארבעט פאר חדשים לאנג צו פלאנירן די סטארעדזש, דיסטריביושען, סופּלייס, און אנדערע טעכנישע זאכן ארום און ארום. די ציהל איז געווען צו ארומשיקן און אויסטיילן די וואַקסינען ווי נאר זיי ווערן באשטעטיגט פאר באנוץ.

עמערדזשענסי באנוץ ערלויבעניש

אין אן עמערדזשענסי צושטאנד מעג די FDA ערלויבן וואַקסינען, און אזוי אויך טעסטס און באהאנדלונגען, צו ווערן גענוצט דורכן שענקן אן עמערדזשענסי באנוץ ערלויבעניש (Emergency Use Authorization, EUA). די פייזער, מאָדערנא און דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן וואַקסינען זענען אלע געשאנקן געווארן אן EUA.

אלע וואַקסינען וואס ווערן געשאנקן אן EUA מוזן אריבערגיין די זעלבע קלינישע פראבעס פונקט ווי אלע אנדערע וואַקסינען. די FDA קען שענקן א EUA נאר אויב עס זענען דא שטארקע באווייזן אז די בענעפיטן פון באקומען די וואַקסין וועגן איבער סיי וועלכע מעגליכע סכנות פאר פאציענטן.

די FDA ערווארטעט אויך פון די פירמעס וועמען'ס קאוויד-19 וואַקסינען זענען באשטעטיגט געווארן אונטער א EUA צו ווייטער ממשיך זיין מיט די קלינישע פראבעס כדי צו באקומען נאך זיכערהייט און ווירקזאמקייט אינפארמאציע פאר א לענגערע צייט אפשניט, און זיי זענען ערווארטעט צו אפּלייען פאר א פערמאנענטע באשטעטיגונג (לייסענס). פייזער האט שוין אפּלייט פאר לייסענס פאר באנוץ פון די וואַקסין פאר מענטשן פון 16 יאר און עלטער. מאָדערנא און דזשאַנסאן ענד דזשאַנסאן – וועלכע זענען אריינגעגאנגען אין באנוץ שפעטער – זאמלען נאך מער ציפערן.


נאך פלעצער צו לערנען מער: