[ View information about the COVID-19 vaccine in English ]
וואַקסינען זענען א קריטישע מיטל צו באשיצן אייך און אייער קאמיוניטי פון שווערע קאָוויד-19 קרענק, האספיטאליזאציע און טויט ח"ו. זיי זענען אויפגעוויזן געווארן צו זיין זיכער און טוהען שוין יעצט באשיצן מיליאנען וואַקסינירטע ניו יארקער פון קאָוויד-19.
וואקסינאציע איז זיכערער ווי זיך איינשטעלן מיט קראנקייט און לאנג-טערמיניגע זייטיגע ווירקונגען (סייד עפעקטס) פון קאָוויד-19. אפילו מענטשן וועלכע האבן געהאט קאָוויד-19 אין די פארגאנגענהייט זאלן נאכאלץ וואקסינירט ווערן.
נאך וואס איר זענט פולשטענדיג וואקסינירט (צוויי וואכן נאך אייער איינצלנע־דאזע וואקסין אדער צווייטע דאזע פון א צוויי־דאזע וואקסין) האט איר פילע קלענערע אויסזיכטן צו באקומען אדער פארשפרייטן קאָוויד-19.
אנדערע בענעפיטן פון וואקסינאציע:
אפילו נאך וואס איר זענט וואַקסינירט זאלט איר נאכאלץ בלייבן אינדערהיים אויב איר שפירט זיך נישט גוט אדער אויב איר טעסט פאזיטיוו פאר קאָוויד-19.
אויב איר האט א מעדיצינישע פראבלעם אדער נעמט מעדיצינען וואס שוואכן אפ אייער אימיון סיסטעם, וועט איר מעגליך נישט זיין אינגאנצן באשיצט אפילו ווען איר זענט פולשטענדיג וואַקסינירט. איר זאלט ווייטער זיין פארזיכטיג מיט אלע באווארענונג'ס מאסנאמען וועלכע זענען רעקאמענדירט פאר מענטשן וועלכע זענען נישט וואקסינירט ביז איר ווערט אנדערש אנגעזאגט דורך אייער דאקטאר.
סיטי איינוואוינער פון 65 יאר און עלטער קענען באקומען אומזיסטע טראנספארטאציע פון און צו א וואקסינאציע אפּוינטמענט. די סערוויס איז אויך דא צו באקומען פאר מענטשן מיט דיסעביליטיס וועלכע האבן נישט קיין אנדערע וועג צו אנקומען צו א וואקסינאציע פלאץ.
צו מאכן אן אפּוינטמענט פאר אומזיסטע טראנספארטאציע, דורך א ספעציעלע ווען אדער דורך א טאקסי (אריינרעכענענדיג קארן וועלכע קענען אריינעמעןן א ווילטשעיר), רופט 877-829-4692. אויב איר זענט יונגער פון 18, מוזן איינע פון אייערע עלטערן אדער גאַרדיען רופן צו באשטימען די רייזע פאר אייך.
איר קענט זיך אויך איינשרייבן דורך די אינטערנעט צו וואַקסינירט ווערן אינדערהיים אדער דורכן רופן 877-829-4692. סיי ווער פון פינף יאר און עלטער איז בארעכטיגט צו וואקסינירט ווערן אינדערהיים.
אן קיין שייכות מיט די בוּסטער שאַטס, זענען געוויסע מענטשן וועלכע האבן א מעסיג-ביז-שווער אפגעשוואכטע אימיון סיסטעם בארעכטיגט פאר א דריטע דאזע פון די פייזער אדער מאָדערנא וואַקסין אלץ טייל פון זייער ערשטע וואקסינאציע סעריע. זיי קענען באקומען א דריטע דאזע 28 טעג נאך זייער צווייטע דאזע.
די דאזע איז געמאכט געווארן צו העלפן א קליינע צאל מענטשן וועלכע האבן מעגליך נישט גענוג שוץ פון די ערשטע צוויי דאזעס. מענטשן וועלכע האבן באקומען די דאזע קענען אויך שפעטער זיין בארעכטיגט פאר א בוּסטער שאַט.
די העלט דעפּארטמענט מאכט זיכער אז די צוטריט צו א וואַקסין איז יושר'דיג און גלייך. אונזער פלאן נעמט אין באטראכט געזונטהייט אומיושר'דיגקייטן און אומגלייכקייטן וואס פארנאכלעסיגטע קאמיוניטיס פארמעסטן זיך מיט (PDF). מיר טוהען זיכער מאכן אז די קאמיוניטיס וועלכע זענען די שווערסטע באטראפן געווארן דורך די מגיפה באקומען צוטריט צו די וואקסין.
מערקט אן: אלע העלט דעפּארטמענט וועבזייטלעך זענען אויסגעשטעלט צו זיין צוגענגליך פאר מענטשן מיט דיסעביליטיס.
מענטשן מיט דיסעביליטיס קענען באקומען הילף צו מאכן א וואַקסינאציע אפּוינטמענט ביי א צוגענגליכע פלאץ, ווי אויך צו פארן צו זייער אפּוינטמענט און צו באקומען זייער וואַקסין. די סארט הילף הייסט א מעסיגע צושטעלונג.
איר קענט באקומען א מעסיגע צושטעלונג אויב איר האט שוועריקייטן מיט:
כאטש וואס דאס איז נישט א פולע ליסטע, זענען טייל אפטע ביישפילן פון מעסיגע צושטעלונגען: א ווילטשעיר צוגעשטעלט ביים אנקומען, אמעריקאנע הענט שפראך איבערזעצונג אדער איבערטייטשן דורכן אנרירן, א שטילע פלאץ אויב רוישנדע פלעצער זענען נישט צום אויסהאלטן, און אנווייזונגען מיט די מויל אדער פיזיש צו ארומגיין אין די וואַקסינאציע פלאץ.
איר קענט פארלאנגען א מעסיגע צושטעלונג ווען איר מאכט אייער וואַקסינאציע אפּוינטמענט, אדער דורך די סיטי'ס אפּוינטמענט באשטימונג וועבזייטל אדער דורכן רופן 855-491-2667. איר קענט אויך בעטן א מעסיגע צושטעלונג פון די איינגעשטעלטע ביי א וואַקסינאציע פלאץ וואס ווערט אנגעפירט דורך די סיטי אדער דורכן שיקן אן אימעיל צו hubaccess@health.nyc.gov פאר מער אינפארמאציע.
איר קענט זיך אויך איינשרייבן דורך די אינטערנעט צו וואַקסינירט ווערן אינדערהיים אדער דורכן רופן 877-829-4692.
פאר מער אינפארמאציע, זעהט:
קוקט
דאַונלאָודט/לייענט
באזוכט